פּרשת שמות, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Shmoys, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 19, 2017, issue of January 27, 2017.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר געלייענט אין דער תּורה, ווי יעקבֿ אָבֿינו האָט זיך באַזעצט אין מצרים, צוזאַמען מיט זײַן משפּחה.

אין דער פֿאָריקער פּרשה זענען אַלע 70 מיטגלידער פֿון יעקבֿס משפּחה דערמאָנט געוואָרן בײַם נאָמען. די הײַנטיקע פּרשה הייסט „שמות” און הייבט זיך אָן מיטן דערמאָנען 70 מיטגלידער פֿון יעקבֿס משפּחה, אָבער זייערע נעמען ווערן דווקא נישט דערמאָנט. עס באַקומט זיך, אַז דער נאָמען פֿון דער פּרשה מוז האָבן אַן אינערלעכן באַדײַט, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיט די נעמען פֿון יעקבֿס אייניקלעך.

בײַם אָנהייב, האָבן ייִדן געלעבט רויִק אין מצרים. ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען אָבער אַוועק אויף יענער וועלט, איז צו דער מאַכט געקומען אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט „נישט דערקענט” יוספֿן און האָט גענומען רודפֿן די ייִדן.

אַחוץ דער שווערער שקלאַפֿערײַ, האָט דער מיצרישער קיניג באַפֿוילן מיט עטלעכע דורות שפּעטער צו דערהרגענען אַלע נײַ־געבוירענע ייִדישע ייִנגלעך. פּרעהס טאָכטער — וועלכע האָט לויט דער ייִדישער מסורה געהייסן בתיה — האָט געפֿונען בײַם טײַך אַ ייִנגעלע און אים אָנגערופֿן משה. אין די קומענדיקע פּרשיות וועלן מיר לייענען, ווי אַזוי דאָס ייִנגל האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אינעם גרעסטן ייִדישן נבֿיא, וואָס בראָש מיט אים איז דאָס ייִדישע פֿאָלק אַרויס פֿונעם מיצרישן גלות.

די אָנגענומענע אָנרופֿונגען פֿון די תּורה־סדרות האָבן אַ טיפֿן סימבאָלישן באַדײַט. ווי געזאָגט, הגם אונדזער פּרשה הייבט זיך אָן מיט יעקבֿס קינדער, פֿאָקוסירט זי זיך אויף די אַנדערע פּערסאָנאַזשן מיט גאָר אינטערעסאַנטע נעמען. ס׳איז נישט קלאָר, צי משה איז לכתּחילה אַ מיצרישער אָדער לשון־קודשדיקער נאָמען. אַ טייל מפֿרשים גיבן איבער די מסורה, אַז אויף מיצריש האָט ער געהייסן מוניוס; די דאָזיקע מסורה שטאַמט אָבער, ווי עס זעט אויס, פֿון גריכישע, נישט־ייִדישע קוואַלן. די חז״ל דערמאָנען נאָך אַ גאַנצע ריי משה רבינוס נעמען, אַרײַנגערעכנט יקותיאל און אַבֿיגדור. מסתּמא איז עס אָבער בלויז אַ דרש וועגן משהס טיטלען און מעלות, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיטן געוויינטלעכן נאָמען פֿונעם נבֿיא.

די חסידישע צדיקים באַמערקן, אַז אויב מע לייענט דעם נאָמען „משה‟ אויף קאַפּויער, באַקומט זיך „השם‟. נאָך מער: „משה רבינו‟ בגימטריא איז „ה׳ אלוקי ישׂראל‟, ווי עס דערקלערט דער ראָפּשיצער רבי אין זײַן ספֿר „זרע קודש”.

משה רבינו ווערט אָנגערופֿן אין דער תּורה „איש האלוקים‟. לויט אַ באַקאַנטן מדרש, איז ער געווען „אויף אַ האַלב פֿון אונטן — מענטש, און אויף אַ האַלב פֿון אויבן — געטלעכקייט‟. אַזאַ דערהויבענער קוק אויף זײַן פּערזענלעכקייט איז גאַנץ ייִדישלעך און ווערט כּסדר באַטראַכט אין קבלה און חסידות, הגם מע מוז עס ריכטיק פֿאַרשטיין, כּדי, חלילה, נישט צו פֿאַרגעטלעכן דעם גרויסן נבֿיא אינעם גראָבן מגושמדיקן זין. אַזוי צי אַזוי, באַקומט זיך, אַז אין משה רבינוס נאָמען באַהאַלט זיך ברמז דער פֿאַרשפּרייטער אייפֿעמיזם פֿונעם שם־השם. די הייליקע שכינה האָט גערעדט דורך משה רבינוס מויל, דערפֿאַר האָבן זײַנע דיבורים בלויז פֿון אונטן אויסגעזען ווי געוויינטלעכע מענטשלעכע ווערטער.