סוף־כּל־סוף, האָבן מיר אויף דער אינטערנעץ אַ ייִדישן ראַדיאָ פֿאַר אַלעמען: פֿאַר די װאָס קענען ייִדיש, ווי אויך פֿאַר די וואָס רעדן בלויז פֿראַנצױזיש, ענגליש אָדער שפּאַניש אָבער װילן אויך הערן אַ ייִדיש װאָרט.
די גרינדער פֿון „ייִדישער ראַדיאָ פֿאַר אַלע‟ האָפֿן אַז יעדער איינער, װוּ ער זאָל זיך נישט געפֿינען, וועט קענען דורך אַ פֿאַרבינדונג צו דער אינטערנעץ הערן פּראָגראַמען פֿון אַ הויכער קוואַליטעט װעגן דער ייִדישער שפּראַך און אַשכּנזישער קולטור, אױף ייִדיש און אױף אַנדערע שפּראַכן.
צװישן די זאַכן װאָס מע קען הערן אויף „ייִדיש פֿאַר אַלע‟: אַ פֿאָרלײענונג אױף ענגליש פֿון י. ל פּרצס דערצײלונג „אױב נישט נאָך העכער‟; אַ קורצע מעשׂה פֿון משה נאַדיר, „װי אַ קעניג לעקט האָניק‟, אױף ייִדיש, רעציטירט פֿון הערץ גראָסבאַרד; שאַרל גאָלדשלאַגער, דער גרינדער פֿונעם ראַדיאָ, לייענט אױף פֿראַנצױזיש אַ צווייטע דערצײלונג; מע קען הנאה האָבן פֿון די הומאָריסטישע סקיצעס פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, און הערן סײַ קלאַסישע סײַ נאָך נישט פֿאַרעפֿנטלעכע ייִדישע לידער. אײנער פֿון די סאַמע אַקטיװסטע מיטגלידער, דניאל סאַרטען, לייענט די דערצײלונג פֿון זײַן ברודערס לעבן אין די צײַטן פֿון דער קריג.
הערן װעט מען אױך קענען די נײַעס אױף ייִדיש, און די כראָניקעס פֿון רות לעװין אויפֿן ישׂראלדיקן ראַדיאָ „קול ישׂראל‟.
דער אײַנפֿאַל צו שאַפֿן אַזאַ ראַדיאָ־קאַנאַל קומט פֿון אַ פֿראַנצױזישער „פֿײסבוק‟־גרופּע װאָס איז געבענטשט געװאָרן מיט הצלחה. די גרופּע הײסט טאַקע Yiddish Pour Tous, וואָס איז טײַטש „ייִדיש פֿאַר אַלעמען‟. מיט אַנדערע ווערטער, די זײַט עפֿנט די טיר פֿאַר אַלע מענטשן, װאָס פֿאַרינטערעסירן זיך מיט דער ייִדישער (אַשכּנזישער) קולטור, אַפֿילו אױב זײ אַלײן רעדן און לײענען נישט קײן ייִדיש. די גרופּע האָט בערך 8,500 מיטגלידער, נישט װײניקער װי די מער באַקאַנטע „פֿייסבוק‟־גרופּע Tu sais que tu es ashkenaze quand (דו ווייסט אַז דו ביסט אַן אַשכּנזי ווען…), װאָס גיט בלויז איבער פּשוטע פֿאַקטן וועגן דער קולטור פֿון הײַנטיקע ייִדן, און כּמעט אין גאַנצן נישט װעגן ייִדיש.
אין פֿראַנקרײַך, להיפּוך צו דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט, זענען ס׳רובֿ ייִדן ספֿרדים. דערפֿאַר האָבן די הײַנטיקע 50־ און 60־יעריקע קינדער פֿון פּױלישע, רומענישע און רוסישע ייִדן װײניק געלעגנהײטן זיך צו טײלן זײערע זכרונות.
„דעם אײַנפֿאַל אָנצוהייבן אַזאַ ׳פֿײסבוק׳־גרופּע האָב איך געהאַט מיט אַ 2, 3 יאָר צוריק,‟ האָט דערקלערט שאַרל גאָלדשלאַגער — אַ געלערנטער ייִד, װאָס רעדט מיט אַ רויִקן טאָן און פֿאַרנעמט זיך אָן אױפֿהער מיטן אָנפֿירן און מיט דער באַרײַכערונג פֿון דער גרופּע.
כאָטש שאַרל האָט הנאה פֿון דער אַרבעט, דאַרף ער אָפֿט זיך אַן עצה געבן מיט געוויסע מיטגלידער, וואָס “פּאָסטן” קאָמענטאַרן מיט פֿײַער־און־פֿלאַם אױף פֿאַרשידענע טעמעס װאָס קומען זיי אין קאָפּ אַרײַן.
שאַרל איז געבױרן געװאָרן גלײַך נאָכן קריג און רעדט און שרײַבט אַ פֿליסיקן ייִדיש. זײַנע עלטערן האָבן גערעדט בלױז ייִדיש אין דער הײם; ווי יונגע עמיגראַנטן, אַקאָרשט אַראָפּגעקומען פֿון דער באַן, האָבן זיי קײן פֿראַנצױזיש אין גאַנצן נישט געקאָנט. שאַרל האָט זיך געלערנט אין אוניװערסיטעט, באַקומען אַ גוטע שטעלע אין אַ פֿירמע, און נאָך לאַנגע יאָרן זיך אַרויפֿגעאַרבעט. קײן צײַט אויף ייִדיש האָט ער נישט געהאַט.
„נאָך דעם, װי מײַן פֿאָטער איז געשטאָרבן, האָב איך אײַנגעזען אַז עפּעס האָב איך פֿאַרלוירן אױף אײביק. אָבער איך האָב זיך דאַן געװאָלט פֿאַרנעמען מיט די אײניקלעך… ערשט נאָך דער פּענסיע, האָב איך זיך סוף־כּל־סוף אומגעקערט צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. עטלעכע חבֿרים האָבן מיך אײַנגעלאַדן אין אַ גרופּע אױף ׳פֿײסבוק׳. דאָרט האָב איך זיך באַקענט מיט אַן עכטער ייִדישער, אַשכּנזישער סבֿיבֿה… האָב איך אַ טראַכט געטאָן: פֿאַרװאָס ניצן מיר, די ליב־האָבערס פֿון ייִדיש, דאָס נישט אויס? כאָטש מיר האָבן דאָ אין פּאַריז אַ װוּנדערלעכן ייִדיש־צענטער [„דער פּאַריזער ייִדיש צענטער — מעדעם ביבליאָטעק‟] װאָס טוט אַן אױסערגעוויינטלעכע אַרבעט, קענען צו זײ גײן נאָר די װאָס רעדן אַ פּרעכטיקן ייִדיש און קענען לײענען פּרץ אױף מאַמע־לשון. דאָס איז אַן ערשטקלאַסיקע אַרבעט, אָבער די אינטערנעץ שאַפֿט אַ מעגלעכקײט צו ברענגען מאַטעריאַלן אויך פֿאַרן פּשוטן ברייטן עולם.‟
די „פֿײסבוק‟־גרופּע האָט טאַקע גלײַך פֿון אָנהייב צוגעצויגן אַ סך באַזוכער. „דאָס איז געשען — נישט װײַל איך בין אַ זשעני, אָבער מחמת מענטשן האָבן אױף דעם געװאַרט,‟ באַמערקט שאַרל. „אין מײַן דור זענען פֿאַראַן אַ סך מענטשן װאָס פֿרײען זיך ווען מע דערמאָנט זיי אין די װערטער װאָס זײערע מאַמעס האָבן געניצט, הגם זײ האָבן אַליין נישט קײן צוטריט צו דער קולטור, װײַל די עלטערן האָבן מיט זײ קײן ייִדיש נישט געװאָלט רעדן. מענטשן לײַדן פֿון האָבן באַקומען אַזאַ אויסגעליידיקטע קולטור־ירושה. ס׳איז אַ סאָציאָלאָגישע רעאַליטעט אין פֿראַנקרײַך.‟
מישעלע זעפערי, די קאָמוניקאַנטקע פֿאַר דער גרופּע, האָט באַמערקט, אַז ס׳רובֿ מיטגלידער זענען פּענסיאָנערן. „אַ סך צװישן פֿאַרשטייען זײער גוט ווי צו ניצן ׳פֿײסבוק׳ און די אינטערנעץ, און שיקן אונדז צו גאָר אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן. מיט צװײ טעג צוריק, האָבן מיר באַקומען אַ רעקאָרדירונג ווי איציק מאַנגער לייענט פֿאָר זײַן אײגענע פּאָעזיע. מיר באַקומען אױך אַ סך גבֿית־עדות פֿון מענטשן װעגן זײערע קינדער־יאָרן, נאָכן קריג, אָדער אין דער צײַט פֿון דער קריג, ווען מע האָט זיי אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס.‟
נישט אַלע „פּאָסטן” אָבער אַפּעלירן צו אַלע לײענער. טײל פֿון זײ גײען זענען גאַנץ פּראָסט (װער דערצײלט אַ װיץ, װער װײַזט אַ בילד פֿון חלות, װער קריגט זיך פּשוט װעגן װאָס און יענץ…). אָפֿט מאָל, מיינען די באַזוכער אַז זיי ווייסן עפּעס, און זאָגן אַרויס נאַרישקייטן. אָבער דאָס איז אין דער אמתן אױך אינטערעסאַנט: מענטשן טרעפֿן זיך און שמועסן געשמאַק צוזאַמען, און צום סוף — אַ דאַנק אױך יענע בילדער פֿון חלות, און די קריגערײַען — װערט מען גוטע פֿרײַנד, און מע דערװיסט זיך, אַז מע דאַרף נישט אַליין טראָגן דעם עול פֿון דעם „סודותדיקן‟ נעכטן אױף די פּלײצעס.
מישעלע זעצט איבער געוויסע זאַכן אױף ענגליש און פֿראַנצױזיש (זי איז אַן אַמעריקאַנישער בירגערין, פֿון פֿראַנצױזישע עלטערן, און װױנט שױן לאַנגע יאָרן אין פֿראַנקרײַך). פֿריִער האָט זי געאַרבעט אין אַ וויכטיקער פֿראַנצייזישער טעלעקאָמוניקאַציע־פֿירמע. אַ מאַמע פֿון צװײ ייִנגלעך, האָט זי זיך תּחילות געלערנט שרײַבן אױף ייִדיש, כּדי צו קענען בריװעלעך שרײַבן צום זײדן. אָבער קײן חשק האָט זי נישט געהאַט זיך ערנסט צו לערנען די שפּראַך. דאָס מײנט נישט אַז זי האָט די שפּראַך נישט ליב געהאַט… פּונקט אַזױ װי זי, פֿרייען זיך אַ סך מיטגלידער אין דער „פֿײסבוק‟־גרופּע מיט דער מעגלעכקײט צו רעדן װעגן ייִדיש, און אױך זיך צו לערנען נײַע, אָריגינעלע לידער, גראַמען, װיצן, קולטורעלע אינטערעסאַנטע פֿאַקטן װעגן ייִדיש, אױף אַ לײַכטן, פֿריילעכן אופֿן, וואָס איז נישט דװקא לױטן דרך פֿון די קלאַסישע ייִדישיסטן.
אַ סך מיטגלידער זענען אױך נישט קײן גרױסע ליבהאָבער פֿון רעליגיע און פֿרומקײט. צום ערשטנס, זענען אין פֿראַנקרײַך כּמעט אין גאַנצן נישטאָ קײן ייִדיש־רעדנדיקע חסידים. „ס׳רובֿ אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין פֿראַנקרײַך זענען ספֿרדים,‟ דערקלערט שאַרל. „בײַ אַ טײל פֿון אונדזערע מיטגלידער, קלינגט עס נישט הײמיש. דערצו, היטן זיך אַ סך פֿון זײ בכלל פֿאַר אַלע רעליגיעס. דאָס איז אַ געװײנטלעכער צוגאַנג אין דעם דור, אין פֿראַנקרײַך.
„פֿונדעסטװעגן, זענען אױך דאָ אין אונדזער גרופּע מענטשן װאָס קענען דווקא זײער גוט די חסידישע װעלט,‟ האָט ער צוגעגעבן.
שאַרל און מישעלע, און אַנדערע װיכטיקע מיטגלידער, פֿאַרזיכערן אַז מען זאָל דאָ נישט רעדן װעגן זאַכן װאָס האָבן נישט צו טאָן מיט ייִדיש. אָבער אױף אַ „פֿײסבוק‟־גרופּע איז שװער אַלץ צו קאָנטראָלירן. דערפֿאַר האָבן זײ געשאַפֿן מיט אַ יאָר צוריק די װעבזײַט Yiddish Pour Tous. דאָרטן קען מען אויך דורכקוקן דעם אַרכיוו פֿון די בעסטע פּאָסטן און כראָניקן וואָס זענען פֿריִער געווען אויף דער „פֿייבסוק‟־גרופּע, אַפֿילו װען מען איז אַלײן נישט אױף „פֿײסבוק‟.
די היימישע ייִדישע סבֿיבֿה, סײַ אויף דער וועבזײַט, סײַ אויף דער „פֿייסבוק‟־גרופּע, דערפֿירט צו אמתע טרעפֿונגען, אין אַ פּאַריזער קינאָ (לע באַלזאַק), אויף קאָנצערטן אָדער אויף נסיעות… און מע שמועסט טאַקע וועגן דעם, וואָס וועט מען באַלד הערן אויפֿן ייִדישן ראַדיאָ? װער װעט רעדן?
שטעלט זיך די פֿראַגע: צי װעט דער ראַדיאָ בכּוח זײַן צוצוציִען נאָך יונגע מענטשן, די נישט־פֿראַנצױזיש־רעדנדיקע? אפֿשר אַפֿילו פֿרומע ייִדן? און מענטשן װאָס רעדן יאָ פֿליסיק ייִדיש?
מישעלע זאַפֿראַני מיינט, אַז ס׳איז מעגלעך. „עטלעכע יונגע פּאָעטן האָבן אונדז שױן געזאָגט, אַז זיי זענען גרייט פֿאָרצולײענען זײערע לידער,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.