די „בני־ישׂראל‟־קהילה אין אינדיע איז גוט באַקאַנט מיט חלה, אָבער ס׳רובֿ פֿון דער קהילה אין מומבײַ ציט נאָך ווײַטער די אייגענע טראַדיציע און מאַכט פֿרײַטיק צו נאַכטס המוציא איבער אַן אינדישן פֿלאַכן ברויט.
איך האָב געלאַנדעט אינעם מומבײַער פֿליפֿעלד פֿאַר טאָג, נאָענט צום סוף פֿונעם מאָנסון־סעזאָן שפּעט־אָקטאָבער. איך מיט מײַן מיטפֿאָרער האָבן פֿאַרלאָזט דאָס פֿליפֿעלד און געפֿאָרן אין „אָם־שאַפֿונגען“ (Om Creations), אַ נישט־פּראָפֿיטיקן צענטער וווּ מע לערנט האַנטאַרבעט און קונסט און קאָך־פֿעיִקייטן מיט דערוואַקסענע וואָס לעבן מיט דאַון־סינדראָם און אויטיזם. די האַנטאַרבעט פֿאַרקויפֿט מען, כּדי אויסצוהאַלטן די באַטייליקטע אין דער פּראָגראַם.
בעת איך האָב אויספּלאַנירט די נסיעה צו פֿאָרשן מײַן ייִדישע קולטור־ירושה אין אינדיע, האָב איך גאָר נישט געוווּסט וועגן די „אָם־שאַפֿונגען“. דערוועקט מײַן אינטערעס צו דעם האָט אַ בליץ־קאָרעספּאָנדענץ מיט אליהו דזשייקאָב, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם „דזשוינט“־צווײַג אין אינדיע. סתּם אַזוי האָט ער מיך געבעטן פֿירן חלות צו די מומבײַער אינדיש־ייִדישע אײַנוווינערס. די שליחות האָט מיך אַזוי פֿאַרכאַפּט אַז ס׳איז אַזש געוואָרן דער גאַנצער ציל פֿון מײַן נסיעה.
קימבערלי דעונאַס, וואָס איר משפּחה האָט אַ בעקערײַ אין קאַליפֿאָרניע און איז געווען אין אינדיע אויף אַ „דזשוינט“־סטיפּענדיע, האָט אויסגעלערנט די אָרטיקע לײַט איר משפּחהס חלה־רעצעפּט, און דאָס האָט באַלד דערפֿירט צון אַ צוזאַמענאַרבעט בײַם באַקן חלה צווישן „אָם־שאַפֿוגען“ און דעם אינדישן „דזשוינט“. יעדן דאָנערשטיק באַקט מען די חלות, און פֿרײַטיק פֿירט מען זיי צו אַ טוץ אינדיש־ייִדישע משפּחות וואָס האָבן זיי באַשטעלט. די הכנסה פֿונעם פֿאַרקויף גייט צוריק צו „אַם־שאַפֿונגען“.
די פֿרוי וואָס קאָאָרדינירט און האַלט אַן אויג אויף דער באַקפּראָגראַם איז סינהאָראַ סאַסון פֿאַנסאַפּורקאַר, אַ מיטגליד פֿון דער קליינער אָבער בליִענדיקער „בני־ישׂראל‟־קהילה אין מומבײַ. בשעת מיר האָבן געוואַרט אַז דאָס טייג זאָל אויפֿגיין האָב איך פֿאָטאָגראַפֿירט און איבערגעקוקט די האַנטאַרבעט וואָס מ׳האָט געהאַלטן אין פֿאַרבן און דעקאָרירן, אויף צו פֿאַרקויפֿן בײַם הינדו־פֿעסטיוואַל נאַווראַטרי, וואָס קומט אויס אַרום די ימים־נוראָים.
פֿרוי פֿאַנסאַפּורקאַר האָט גענומען אַ שטיקל פֿונעם אויפֿגעגאַנגענעם טייג און געמאַכט אַ ברכה אויף דעם, עס אײַנגעוויקלט אין אַ שטיקל זילבער־פּאַפּיר און אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם געהייצטן אויוון אויף פֿאַרברענט צו ווערן. ס׳איז טאַקע איראָניש וואָס איך האָב געדאַרפֿט פֿאָרן העט ביז אינדיע, צו זען ווי מע טוט די מיצווה וואָס ייִדישע פֿרויען איבער דער וועלט זענען דאָס מחויבֿ צו טאָן: נעמען חלה. אין די טעג פֿונעם ערשטן און צווייטן בית־המיקדש, האָט מען יענע פּאָרציע חלה געגעבן די כּהנים, זיי זאָלן עס עסן בשעת זיי פֿאַרנעמען זיך מיטן הייליקן דינסט. זינט דעם חורבן־בית־המיקדש פֿאַרברענט מען דאָס פּאָרציעלע חלה ווי אַ זכר לחורבן.
אין אינדיע געפֿינען זיך דרײַ ייִדישע קהילות: די „בני־ישׂראל‟, וואָס איז די עלטסטע (אַרום 2,000 יאָר אַלט) און די גרעסטע; די קאָטשינער ייִדן אין קעראַלאַ, און די באַגדאַדער ייִדן, אָגעקומענע אין אינדיע אינעם אַכצעטן יאָרהונדערט. צוויי קלענערע אינדיש־ייִדישע קהילות, די „בני־אפֿרים‟ און „בני־מנשה‟, האָט מען אַנטדעקט אין די לעצטע יאָרן. צווישן די 1950ער און 1960ער יאָרן האָבן אַרום 60,000 אינדישע ייִדן עולה געווען קיין ישׂראל. הײַנט זענען אין אינדיע פֿאַרבליבן ווייניקער ווי 4,500 ייִדן, ס׳רובֿ אין מומבײַ.
בײַ די „בני־ישׂראל‟ מאַכן ס׳רובֿ פֿון די ייִדן המוציא שבת איבער אַ טשאַפּאַטי אָדער פּורי (אַ פֿלאַך אָדער געפּרעגלט ברויט), אַזוי ווי ס׳האָבן עס דורות לאַנג געטאָן זייערע אָבֿות. אין ישׂראל מאַכן שוין די „בני־ישׂראל‟ המוציא איבער חלה, כאָטש נאָך דעם עסט מען אַ „היימישן‟ אינדישן שבת־מאָלצײַט, וואָס איך טו דאָס נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג.
די באַגדאַדער (איראַקישע) ייִדן פֿלעגן מאַכן אַ ברכה איבער אַן איראַקישן פֿלאַכן ברויט וואָס הייסט כיביס.
דאָס וואָרט „חלה“ שטאַמט פֿון דרום־דײַטשלאַנד אין מיטל־אַלטער, ווען ייִדן האָבן עס אָנגענומען ווי זייער שבת־ברויט, שרײַבט קלאַודיאַ ראָדען אין איר בוך The Book of Jewish Foods („דאָס בוך פֿון ייִדישע מאכלים“). דזשאַן קופּער, דער מחבר פֿון Eat and Be Satisfied („עסט און זײַט באַפֿרידיקט“), גיט צו אַז מ׳האָט צום ערשטן מאָל דערמאָנט חלה אינעם פֿופֿצעטן יאָרהונדערט. דאָס וואָרט איז געשאַפֿן געוואָרן אין עסטרײַך, און דאָס ברויט איז געוואָרן דאָס ייִדישע ריטועלע ברויט אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך און ביימען. פֿון דאָרטן האָט מען עס אַריבערגעפֿירט קיין פּוילן, מיזרח־אייראָפּע און רוסלאַנד.
פֿאַרשטייט זיך, קען מען אויך געפֿינען חלה אינעם מומבײַער חב״ד־הויז, וואָס הייסט אויך דאָס נאַרימאַן־הויז. דאָרטן פֿירט מען אָן מיט אַ פֿאָרשול און עלעמענטאַר־שול פֿאַר אינדיש־ייִדישע קינדער. יעדן פֿרײַטיק פּראַוועט מען קבלת־שבת. דאָס נאַרימאַן־הויז איז דאָס חב״ד־הויז וווּ ס׳איז אומגעקומען אין די פּאַקיסטאַנער טעראָריסטישע אַטאַקן אין 2008 דער רבֿ גבֿריאל האָלצבערג און זײַן ווײַב רבֿקה.
פֿאַר מײַן נסיעה קיין אינדיע האָב איך זיך נישט פֿאָרגעשטעלט אַז איך וועל זיך אַזוי פֿיל אויסלערנען וועגן דער נאַטירלעכער עוואָלוציע פֿון חלה־מינהגים אין אינדיע. די איבערלעבונג האָט מיך טאַקע אינספּירירט צו שאַפֿן מײַן אייגענע חלה נוסח־אינדי: מיט זאַפֿרען, פֿרישע קאָרי־בלעטלעך און האָניק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.