ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published January 18, 2017, issue of January 27, 2017.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ספּעקטאַקל „לידער מיט הומאָר‟ נעמט אַרײַן ייִדישע לידער

שבת, דעם 14טן האָבן נאַנסי סיטקינאַס און רוני גאָלדבערג געגעבן אַ פּרעכטיקן קאָנצערט אין דעם זאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. דער ספּעקטאַקל „לידער מיט הומאָר” האָט אַרײַנגענומען ייִדישע לידער װוּ די הויפּטטעמע איז געװען די פֿרייד פֿון יום־טובֿ און די משׂכּילישע „משקה,” ווי אויך די לידער און קופּלעטן פֿון ייִדישן טעאַטער, װאָס דער עולם האָט מיטגעזונגען.


זינגערין סולעמאַ בענװעניסטע לערנט זיך ייִדיש כּדי צו פֿאַרשטיין וואָס זי זינגט

דאָנערשטיק, דעם 12טן יאַנואַר האָט סולעמאַ בענװעניסטע, אַ טאַלאַנטירטע זינגערין, װאָס לערנט זיך ספּעציעל ייִדיש אין אַרגענטינער ייִװאָ כּדי צו פֿאַרשטיין װאָס זי זינגט, פּרעזענטירט אין דער קהילה אַ רײַכע פּראָגראַם פֿון לידער אויף ייִדיש, לאַדינאָ, העברעיִש און טאַנגאָ. עס האָט איר באַגלייט אין פּיאַנאָ און אַקאָרדעאָן עסטעבאַן דאַנסקער, אַ יונגער מוזיקער און פֿאָרשער. ביידע קינסטלערס טרעטן כּסדר אויף אין די פּראָגראַמען פֿון ייִװאָ.


דער צווייטער יאָרצײַט פֿונעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן

מיטװאָך, דעם 18טן װערט צוויי יאָר זינט מען האָט געפֿונען טויט דעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן, און ביזן הײַנטיקן טאָג װייסט מען נאָך נישט צי ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן אָדער מען האָט אים דערמאָרדעט װײַל ער האָט זיך דערוועגט צו באַשולדיקן די אַמאָליקע פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער אין װעלן פֿאַרדעקן דעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה אין 1994 כּדי אונטערצושרײַבן אַן עקאָנאָמישן אָפּמאַך מיט איראַן.

אַ ריכטער האָט נאָך זײַן טויט אָפּגעװאָרפֿן זײַן באַשולדיקונג. די טעג דאַרף די אַרגענטינער יוסטיץ באַשליסן צי מען דערעפֿנט ניסמאַנס באַשולדיקונג אויפֿן סמך פֿון נײַע באַווײַזן. דער ייִשובֿ און כּמעט אַלע פּאָליטישע ריכטונגען האָבן אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע און מען האָט פֿאַררופֿן אַלע אײַנװוינערס אָנצוצינדן ליכט בײַ יעדן פֿענצטער לכר זײַן אָנדענק. מע פֿירט אויך דורך אַ הזכּרה אינעם טעמפּל „ייִדישע קאָנגרעגאַציע” אויף דער גאַס ליבערטאַד, אָן רעדעס און אָן פּאָליטישע קאָנאָטאַציעס. אַ שריט פֿאָרויס איז געװען װאָס דאָס העכסטע געריכט האָט דערמעגלעכט אַז די דאַיאַ זאָל באַצייכנט ווערן ווי אַ באַעוולטן צד און קען צושטעלן אירע אייגענע אַדוואָקאַטן אינעם מישפּט.


וועלט דערוויסט זיך וועגן די אויפֿטוען פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ייִדישן העלד, ראָבערטאָ קאָזאַק

ראָבערטאָ קאָזאַק
ראָבערטאָ קאָזאַק

אין די 1970ער יאָרן האָבן צװיי דיקטאַטורן פֿאַרכאַפּט אַרגענטינע און טשילע. די טעג האָט מען דערמאָנט אַ יידן, ראָבערטאָ קאָזאַק, װאָס האָט אין טשילע געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין פֿאַרטיידיקן, ראַטעװען און אַרויספֿירן פֿון לאַנד זייער אַ סך מענטשן װאָס זײַנען נישט געװען זיכער מיטן לעבן. אַ געבוירענער אין אַ ייִדישער אַגראַר־קאָלאָניע אין אַרגענטינע פֿון עלטערן װאָס האָבן פֿאַרלאָזט דעם תּחום המושבֿ אין 1890, האָט ראָבערטאָ פֿאַרענדיקט זײַן קאַריערע װי אַן אינזשעניר און באַלד אָנגעהויבן אַרבעטן אין בוענאָס־אײַרעס אין אַ קאָמיטעט װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן אין 1951 צו העלפֿן די מענטשן װאָס זײַנען אַרויס פֿון די ד.פּ.־לאַגערן. דער קאָמיטעט איז שפּעטער פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ טייל פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער און װוּ 165 לענדער העלפֿן אַרויס און שטיצן עמיגראַנטן פֿון דער גאַנצער װעלט. אין 1970 האָט ער אָנגעהויבן זײַן אַרבעט אין אַרגענטינע און אין 1972 באַזעצט ער זיך אין טשילע. דער שטאַטסקלאַפּ קעגן מאַרקסיסטישן פּרעזידענט סאַלװאַדאָר אַליענדע איז פֿאָרגעקומען דעם 11טן סעפּטעמבער 1973 און דער רעזשים פֿון דיקטאַטאָר פּינאָשעט האָט במשך 5 יאָר אַרעסטירט 70,000 מענטשן. פֿון זיי זײַנען 30,000 שװער געפּײַניקט געװאָרן און אַ 3,500 דערהרגעט געװאָרן. דאָ הייבט זיך אָן קאָזאַקס שטילע אַרבעט. מען שאַצט אַז זײַן ביוראָ האָט אַרויסגעהאָלפֿן אַ 600 מענטשן אַ חודש צו פֿאַרלאָזן טשילע און זיך באַזעצן אין אַרגענטינע, פּערו, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, ענגלאַנד, רומעניע און ישראל.

מיט 30 יאָר צוריק, דעם 1טן יאַנואַר 1986 איז מיליטער אַרײַן אין ביוראָ פֿון קאָמיטעט און קאָזאַק איז אַרעסטירט געװאָרן. צו דער דאַטע האָט מען אים דערמאָנט. װען פּינאָשעט איז געפֿאַלן האָט מען אים באַפֿרײַט, די טשילענער רעגירונג האָט אים באַערט מיט דער העכסטער אויסצייכענונג. קאָזאַק איז געשטאָרבן אין 2015 און ערשט איצט האָט זיך די װעלט דערװוּסט פֿון אָט דעם ייִדישן בײַטראָג פֿאַר מענטשנרעכט בעת אַ טרויעריקן קאַפּיטל אין דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער געשיכטע. ער װערט אָנגערופֿן װי דער „טשילענער שינדלער”.


דאַיאַ גרינדעט טעלעוויזיע־קאַנאַל אין „יו־טוב‟

די דאַיאַ האָט פֿרײַטיק, דעם 13טן יאַנואַר, געגרינדעט אַ טעלעװיזיע־קאַנאַל אין „יו־טוב‟. דאָרט װעט זי פֿאַרשפּרייטן װידעאָס פֿון אירע פּאָליטישע און קולטור־אַקטיװיטעטן איבערן גאַנצן לאַנד. דאָס װעט זיכער זײַן נאָך אַ מיטל צו באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע.