אַ דעניש קול אין דער ייִדישער װעלט־ליטעראַטור

A Danish Voice in Jewish World Literature

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 22, 2017, issue of January 27, 2017.

װאָס זײַנען די סימנים פֿון ייִדישקײט אין אַ ליטעראַרישן װערק געשריבן אױף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך? דעם מחברס ייִדישער אָפּשטאַם? אַ ייִדישע טעמע? אָדער די ייִדישע לײענער וועמען ער האָט אין זינען? 

אין די אַכציקער יאָרן זײַנען אײניקע אַמעריקאַנער טעאָרעטיקער אַרױס מיט אַ השׂגה, אַז דאָס ליטעראַרישע פּינטעלע ייִדישקײט שטעקט אין דער סטיליסטיק און פּאָעטיק, דהײַנו אין דעם אײגנאַרטיקן אופֿן פֿון צופּאַסן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע זשאַנערס און סטילן צום מאָדערנעם מין שרײַבן. מען האָט זיך גענומען אַרײַנלײענען מדרש און אגדה אין מאָדערניסטישע װערק פֿון ייִדישע מחברים. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז פֿראַנץ קאַפֿקאַ איז טאַקע געװען דער חשובֿסטער ייִדישער מאָדערנער ליטעראַרישער בעל־דרשן, כאָטש קײן אױסגעשפּראָכן־ייִדישע טעמאַטיק איז בײַ אים לגמרי ניטאָ.

אָבער איז קאַפֿקאַ טאַקע געװען דער ערשטער ייִדישער מאָדערניסט־מדרשיסט? אפֿשר האָט ער געהאַט פֿירגײער? פּראָפֿעסאָר דײװיד גאַנט גורלי איז אױסן צו באַװײַזן, אַז יאָ. זײַן בוך באַהאַנדלט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿונעם מערקװירדיקן דענישן שרײַבער מאיר אהרן גאָלדשמידט (1819-1887). אין דער געשיכטע פֿון דער דענישער ליטעראַטור איז דאָס אַ באַקאַנטער נאָמען. מען האַלט גאָלדשמידטן פֿאַר אַ װיכטיקער פֿיגור צװישן צװײ ליטעראַרישע דורות, װאָס ווערן רעפּרעזענטירט דורך צװײ גדולים פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט: דער פֿילאָסאָף סערען קירקעגאַרד און דער קריטיקער געאָרג בראַנדעס. אָבער דער ייִדישער אַספּעקט פֿון גאָלדשמידטס שאַפֿונג איז ניט איבעריקס חשובֿ פֿאַר דענישע ליטעראַטור־היסטאָריקער, מסתּמא װײַל בראַנדעס, אַלײן אַ ייִד, האָט פֿון דעם ניט געהאַלטן.

דעם צענטראַלן אָרט אין גאַנט גורליס פֿאָרשונג פֿאַרנעמט דער אַנאַליז פֿון גאָלדשמיטדס ערשטן ראָמאַן, „אַ ייִד‟ (1845). דאָס איז אַ לעבנס־געשיכטע פֿון אַ דענישן ייִד, יעקבֿ בענדיקסען (אױף דעניש מײנט עס בערך „געבענטשטער‟), װאָס װאַנדערט איבער דער װעלט זוכנדיק אַ זיכער אָרט, און קומט צוריק צו שטאַרבן אין דענמאַרק. „ער פֿאַרלאָזט די װעלט אַזױ װי ער איז אַרײַן אין איר, אַרומגערינגלט מיטן מיאוסן געשרײ פֿון אַנטיסעמיטיזם‟, פֿאַרסך־הכּלט גאַנט גורלי דעם סיפּור–המעשׂה פֿונעם שפּאַנענדיקן ראָמאַן. דער פֿאָרשער טײַטשט אױס דעם ראָמאַן װי „אַ טראַגעדיע, װאָס באַזירט זיך אױף דער אוממעגלעכקײט פֿון אַסימילאַציע‟. יעקבֿ בענדיקסען איז אַ ראָמאַנטישער העלד מיט הױכע אידעאַלן און אַ שטאַרקן כּוח־הדמיון, אָבער די האַרטע װירקלעכקײט מאַכט אים חרובֿ. 

גאָלדשמידטס ראָמאַן איז אינטערעסאַנט ניט נאָר װי אַ קריטיק פֿונעם אײראָפּעיִשן אַנטיסעמיטיזם און ראָמאַנטישן אידעאַליזם, נאָר אױך צוליב זײַנע נאָװאַטאָרישע קינסטלערישע מיטלען. גאַנט גורלי אַנטפּלעקט פּאַראַלעלן צװישן יעקבֿ בענדיקסענס נע־ונד איבער אײראָפּע און אַפֿריקע און די װאַנדערונגען פֿון יעקבֿ אָבֿינו און זײַנע קינדער. אַזױ אַרום קערט זיך דער מאָדערער דענישער ייִד צו זײַן אוראַלטן הײמלאַנד. דער דאָזיקער ראָמאַן איז דער ערשטער סימן פֿון גאָלדשמידטס טיפֿן שפּראַך־היסטאָרישן אינטערעס אין די אוראַלטע סעמיטישע און כאַמיטישע לשונות. ער האָט געװידמעט די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן דער פֿאָרשונג פֿון אַלט־עגיפּטישע היִעראָגליפֿן, זוכנדיק דעם קװאַל פֿון דער מענטשלעכער שפּראַך אינעם אַלטן מצרים, װוּ עס האָט זיך אױסגעפֿורעמט די עיקרדיקע באַגריפֿן פֿונעם מאָדערנעם געדאַנקענגאַנג.

„אַ ייִד‟ איז אױך אינטערעסאַנט צוליב פֿילצאָליקע ייִדישע װערטער און אױסדרוקן, װאָס דער מחבר װאַרפֿט אַרײַן דאָ און דאָרט אינעם טעקסט, כּדי צו באַטאָנען די אױטענטישקײט פֿון זײַנע ייִדישע פּערסאָנאַזשן. גאָלדשמידט אַלײן איז דערצױגן געװאָרן אין די בעסטע דענישע שולן, און זײַן דעניש האַלט מען פֿאַר מוסטערהאַפֿטיק. לשון־קודש האָט ער זיך געלערנט װי אַ קינד בלױז אײן יאָר פֿאַר זײַן בר־מצװה, און ייִדיש האָט ער געהערט אין דער הײם. ער דערמאָנט זיך, אַז ער האָט געדאַרפֿט נאָכפֿרעגן בײַ זײַן פֿאָטער װעגן ייִדישע װערטער, װאָס ער האָט גענוצט אין זײַן בוך. לרובֿ (אָבער ניט אַלע מאָל) האָט ער זײ באַגלײט מיט דענישע איבערזעצונגען. צום באַדױערן, מאַכט גאַנט גורלי ניט קײן געהעריקן אַנאַליז פֿון אָט די דאָזיקע ייִדישע שפּראַך־עלעמענטן, װאָס װאָלט געקענט פּינקטלעכער דערװײַזן, פֿון װעלכע דיאַלעקטן זײ שטאַמען און װאָס קאָן מען פֿון זײ לערנען װעגן דער גערעדטער שפּראַך פֿון דענישע ייִדן אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט.

גאָלדשמידטס לעבן איז געװען פֿול מיט אַװאַנטורעס. ער האָט געהאַט עטלעכע ליבע־אַפֿערעס מיט קריסטלעכע און ייִדישע פֿרױען, פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין לאָנדאָן און אויך אָנגעשריבן עטלעכע מעשׂיות אױף ענגליש. ער האָט זיך אַקטיװ געמישט אין דער דענישער פּאָליטיק װי אַ זשורנאַליסט און אַ רעדאַקטאָר, און איז אַפֿילו אַרײַנגעזעצט געװאָרן אין תּפֿיסה פֿאַר זײַנע רעפּובליקאַנישע אַרטיקלען. אָבער דערבײַ האָט ער זיך געפֿילט אָפּגעפֿרעמדט פֿונעם דענישן נאַציאָנאַליזם. מען ציטירט אָפֿט זײַן רעדע, װאָס ער האָט געהאַלטן אױף אַ פּאַטריאָטישער פֿאַרזאַמלונג אין 1844: „איך בין אַ ייִד, װאָס װיל איך צװישן אײַך?‟ צו יענער צײַט איז ער נאָך ניט געװען קײן דענישער בירגער. ייִדן האָבן באַקומען בירגעררעכט אין דענמאַרק ערשט לױט דער ליבעראַלער קאָנסטיטוציע פֿון 1849.

גאַנט גורלי שליסט זײַן בוך מיט אַן אױפֿרוף צו „רעהאַביליטירן‟ גאָדלשמידטן װי אַ מאָדערנעם מחבר, װאָס האָט געלאָזט הערן זײַן דעניש־ייִדישן קול אין דער מאָדערנער װעלט־ליטעראַטור.