ווי אויסטערליש דאָס זאָל נישט קלינגען, איז דער קונסט־וועטעראַן יאָסל בערגנער געווען מײַן לעבנסלאַנגער וועגן־באַגלייטער, און מיט דער ידיעה וועגן יאָסלס טויט, האָט זיך אָפּגעשטעלט אויך מײַן געזעלשאַפֿטלעך־קרעאַטיווער לעבנס־גאַנג, כאָטש ער איז געווען מיט צוויי יאָר עלטער פֿון מיר.
ווען איך האָב דאָס געזאָגט מײַנע קינדער און אייניקלעך באַקומענדיק די האַרצווייטיקדיקע ידיעה וועגן יאָסלס טויט, האָבן זיי שטוינענדיק געפֿרעגט: „מה פּתאום? ס׳טײַטש? און וווּ זענען מיר? צי זענען מיט נישט דײַן המשך?‟
„יאָ,‟ האָב איך זיי געענטפֿערט. „איר זײַט טאַקע מײַן המשך, אָבער דאָס איז אַ נײַער המשך מיט אַ נײַעם אַרויסגאַנג, אַ נײַעם וועג און אין אַ נײַער עפּאָכע.‟
אויך מײַן לעבנס־גאַנג איז נישט געווען דער זעלבער אַזוי ווי יאָסל בערגנער. אָבער ביידע וועגן האָבן זיך געפֿלאָכטן איינער מיטן אַנדערן אין פֿאַרשיידענע צײַטן און אויף פֿאַרשיידענע מרחקים.
ער איז געווען מײַן היימישער זכּרון פֿון אַן „עפּיזאָדישער דימענסיע‟, שוואַרצע לעכער אין מײַן זכּרון נאָך מײַן באַפֿרײַונג פֿון די סאָוועטישע גולאַגס — די וואָרקוטאַ־לאַגערן אין צפֿון־אוראַל. ער, דער זון פֿון דעם ייִדישן דיכטער און שפּינאָזיסט מלך ראַוויטש, איז געווען אַ נאָענטער חבֿר פֿון מײַן ברודער אַבֿרהמל אויף דער זעלבער שולבאַנק אין דער ייִדיש־וועלטלעכער „גראָסער שול‟ פֿון ציש״א אויף קאַרמעליצקאַ 29 אין וואַרשע פֿון פֿאַר דער היטלער־מלחמה. ער פֿלעגט אָפּזיצן גאַנצע טעג און נעכט און אין אַלע ימים־טובֿים בײַ אונדז אין שטוב ווען זײַן פֿאָטער פֿלעגט אַרומפֿאָרן אין אויסלאַנד אין פֿאַרשיידענע שליחותן און געלט־קאַמפּיינען פֿאַר די ציש״א־שולן, צי פֿאַר דעם ייִדישן ליטעראַטן־פֿאַראיין אָדער פֿאַר דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג, זוכנדיק אַ פֿרײַע טעריטאָריע פֿאַר ייִדן.
יאָסל בערגנער, אָדער „וולאַדעק ראַוויטש‟, ווי זײַנע חבֿרים אין שולע פֿלעגן אים רופֿן, פֿלעגט אין אַזעלכע טעג, ווי געזאָגט, אַרומשפּאַצירן אין שטאָט נאָך די לימודים מיט מײַן עטוואָס עלטערן ברודער און גיין צוזאַמען מיט אים אין קינאָ אָדער זיצן בײַ אונדז איז שטוב. און ווען איך פֿלעג דאַרפֿן, מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער, שוין דאָ אין ישׂראל, וווּ מיר האָבן זיך געטראָפֿן אויפֿסנײַ, אַ וועלכן עס איז פּרט פֿון מײַן קינדהייט אָדער פֿון מײַן משפּחה — פֿלעג איך „זיך אַרײַנכאַפּן‟ אין זײַן ענגער סטודיאָ־דירה אויף בילו־גאַס 30 „נאָר אויף עטלעכע מינוט‟, וועלכע פֿלעגן זיך פֿאַרציִען אויף שעהען — ווײַל יאָסל בערגנער איז געווען אַ וווּנדערלעכער דערציילער מיט אַן אומגעוויינטלעכן זכּרון אין שפּעטן עלטער. אַן אומדערמידלעכער שאַפֿער פֿון זײַן מולטי־רײַכן קינסטלערישן דמיון און אויך אַן אומדערמידלעכער שאַפֿער פֿון זײַן מולטי־רײַכער פֿאַרבן־פּאַליטרע.
דאָס איז געווען, ווי געזאָגט, שוין לאַנגע יאָרן נאָך דעם ווי יאָסל איז, אין יאָר 1937, אָפּגעשוווּמען מיט אַ שיף, צוזאַמען מיטן שרײַבער יאָסל בירשטיין, קיין אויסטראַליע און אונדזער לעבנסוועג האָט זיך שטאַרק דערווײַטערט.
אָבער ווען יאָסל האָט, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, די קינסטלערין אָדרי בערגנער, וועלכע ער האָט באַקענט אין דער קונסטשול אין מעלבורן, זיך באַזעצט אין יאָר 1950 אין ישׂראלדיקן צפֿת, האָט שוין זײַן שול־חבֿר, מײַן ברודער אַבֿרהמל, נישט געלעבט, ער איז אומגעקומען אין ערשטן יאָר פֿון דער היטלער־מלחמה. אונדזערע לעבנסוועגן האָבן זיך אויפֿסנײַ פֿאַרפֿלאָכטן אויף אַן אַנדערן שטייגער. דאָס אָרט פֿון מײַן ברודער האָט אין דעם נײַעם געפֿלעכט פֿון די וועגן איבערגענומען דער זכּרון, וועלכער האָט זיך פֿאַרהיט אין דעם באַגלייט־גאַנג פֿון יאָסל בערגנער. צווישן דער גרויסער צאָל אַרטיקלען, עסייען און אָפּהאַנדלונגען, וואָס איך האָב אין פּאַראַלעלן לעבנס־גאַנג געשריבן, און אין דער בשותּפֿותדיקער טעמאַטיק פֿון אונדזער ביידנס לעבנס־שאַפֿן האָט זיך פֿאַרהיט די אָנבאַדינגלעכע טרײַשאַפֿט צו ייִדיש און צום ייִדישן זכּרון.
אין דער רײַכער ייִדישער קולטור־געשיכטע האָט מיט אַ גאָר באַזונדער קאַפּיטל זיך אַרײַנגעשריבן די פֿאַנטאַסטישע לעגענדע פֿון דער בערגנער־דינאַסטיע, אָנהייבנדיק פֿון דער באָבע הינדע אין שטעטל רעדים [ראַדימנאָ], אין גאַליציע, ביז צו איר אייניקל, דעם קונסטמאָלער יאָסל בערגנער אין תּל־אָבֿיבֿ.
די באָבע הינדע, וועלכע פֿלעגט צייכענען פֿליִענדיקע פֿערדלעך אין איר היימשטאָט, האָט, קורץ איידער זי איז צוזאַמען מיט איר צום טויט פֿאַרמישפּטן פֿאָלק אַוועקגעשיקט געוואָרן אין די גאַז־קאַמערן אין בעלזשיץ, אָנגעשריבן פֿאַר אירע זין דעם ספֿר פֿון אירע זכרונות, דעם ספֿר „אין די לאַנגע ווינטערנעכט‟, וואָס איז דורך איר אייניקל יאָסל אַרויסגעגעבן געוואָרן אין דער העברעיִשער איבערזעצונג אין ישׂראל.
צווישן דער באָבע הינדע און איר אייניקל יאָסל האָבן זיך אַרײַנגעוועבט אין דער לעגענדע פֿון דער בערגנער־דינאַסטיע די דרײַ ברידער — די צוויי באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער הערץ בערגנער, וועלכער איז געשטאָרבן אין אויסטראַליע (1970) און מלך ראַוויטש, וועלכער איז אַוועק פֿון דער וועלט אין מאָנטרעאַל, קאַנאַדע (1967), און דער עלטסטער פֿון זיי, דער קונסטמאָלער מוניע, וועלכער האָט זיך גענומען דאָס לעבן, ווען ער האָט זיך צוריקגעקערט פֿון ארץ־ישׂראל אין 1920.
אין דעם זעלבן יאָר איז אין דער זעלבער שטאָט ווין געבוירן געוואָרן בײַ מלך און פֿאַניע ראַוויטש דער זון יאָסל בערגנער, וועלכער האָט פֿון זײַן פֿעטער געירשנט די פֿאַרבן־פּאַליטרע צוזאַמען מיט דעם קינסטלערישן פֿלאַם און אומרו, מיט די ספֿקות און התלהבֿותן און אויסברוכן פֿון שטימונגען, פֿון נאָסטאַלגיע און פֿאַנטאַזיע, פֿון דאָיִקייט און נישט־דאָיִקייט…
יעדער איינער רינג פֿון אָט דער בערגנער־דינאַסטיע האָט מיט זײַן אייגענער שעפֿערישער באַטייליקונג אַרײַנגעשריבן זײַנע באַזונדערע בלעטלעך אין אָט דער פֿאַנטאַסטישער געשיכטע, און יעדער איינער פֿון זיי האָט אויך מיט זײַנע שאַפֿונגען אַרײַנגעטראָגן זײַן חלק אין אָט דער לעגענדע. מלך ראַוויטש האָט זי אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק באַשריבן אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן „מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן‟. אמת, די פֿאַנטאַסטישע וועלט פֿון יאָסל בערגנער, זײַן פּערזענלעכע מיטאָלאָגיע פֿון די שיבֿרי־כּלים פֿון ייִדישן לעבן — ווי שאָטנס פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט, וואָס האָט אַדורכגעמאַכט אַזוי פֿיל טויזנטער מיתות משונות אין דעם גילגול פֿון פֿאַרוואָגלטע און פֿאַרוואָרגלטע נשמות — אָט די ספּעציפֿישע וועלט קומט צום אויסדרוק אין זײַנע בילדער גופֿא, אין יאָסל בערגנערס הונדערטער בילדער און טויזנטער ליטאָגראַפֿיעס, צייכענונגען און אָפּדרוקן וואָס זענען צעשפּרייט אויף דער וועלט, איבער הונדערטער ווענט פֿון פּריוואַטע שטובן, מוזייען און קאָלעקציעס. אַ טייל פֿון זיי זענען קאָנצענטרירט אין די קינסטלערישע אַלבאָמען — און מיט זיי איז אילוסטרירט אונדזער בוך „אין געיעג נאָך מאָמענטן‟ אין דעם ייִדישן קונסט־אַלבאָם פֿון יצחק לודען, „פּערל פֿון גן־עדן‟ — וועגן קונסט און וועגן קינסטלער (לייוויק־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ 1987).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.