דער פּוילישער פּרעזידענט, אַנדזשיי דודאַ, האָט באַטאָנט אין זײַן רעדע אין ירושלים אַז פּוילן קען נישט און וועט נישט טאָלערירן קיין שום אַנטיסעמיטיזם.
דודאַ איז געווען צו גאַסט בײַם ישׂראלדיקן פּרעזידענט, ראובֿן ריבֿלין, אין ירושלים. סײַ דודא, סײַ ריבֿלין האָבן באַטאָנט די פֿרײַנדשאַפֿט צווישן פּוילן און ישׂראל.
ער האָט דערציילט מיט הומאָר אַז ער האָט געהערט אז די מאַמעס אין ישׂראל זענען כּמו פּוילישע מאַמעס. „וויל איך זיי האַרציק באַגריסן,‟ האָט ער צוגעגעבן.
„אמא פּולניה‟, דאָס הייסט, אַ פּוילישע מאַמע, איז טאַקע אַ מיטאָלאָגישע געשטאַלט אינעם ישׂראלדיקן פֿאָלקלאָר. אַ פּוילישע מאַמע מיינט אַ מאַמע וואָס פֿאַרביטערט דאָס לעבן אַנדערע און זיך אַליין. פון דעסט וועגן האָבן מיר זי ליב ווײַל מיר ווייסן אַז זי האָט ליב די קינדער אירע מער ווי אַלצדינג אויף דער וועלט.
די מיטאָלאָגישע „אמא פּולניה‟ איז אַ קוואַל פון וויצן, טעאַטער־דיאַלאָגן און ווי מיר זעען — אַפֿילו פּאָליטישע רעדעס.
אַגבֿ, ס׳איז דאָ אַפֿילו אַ קליינע פֿאַבריק וואָס פּראָדוצירט בילדער פֿון פּוילישע מאַמעס אויף קעראַמיק־קאַכלען. פּוילישע טוריסטן כאַפּן זיי ווי הײַסע בולקעס.
קאַרטשעוו איז אַ שטעטל לעבן אָטוואָצק. ביידע שטעטלעך זענען געבויט געוואָרן אין מיטן פֿון סאָסנע־וועלדער וווּ די לופֿט איז מחיהדיק ריין.
וואַרשע איז נישט ווײַט, אַ מהלך פֿון דרײַסיק קילאָמעטער. אַ סך וואַרשעווער ייִדן האָבן טאַקע געבויט זומער־דאַטשעס אין די אָטוואָצקער וועלדער.
אַ צאָל טובערקולאָז־געליטענע זענען געקומען זיך היילן אין אָטוואָצק און קאַרטשעוו. איינער פון די באַקאַנטסטע צווישן זיי איז מסתּמא שלמה אַנ־סקי, דער מחבר פֿונעם „דיבוק‟, וואָס איז געשטאָרבן פֿון זײַן קרענק אין אַלטער קאַציזנעס ווילע אין די אָטוואָצקער וועלדער.
אָבער נישט נאָר ייִדישע קינסטלערס. צדיקים און זייערע חסידים זענען אויך געקומען לעבן אין דער דאָזיקער וווּנדערלעך שיינער און געזונטער סבֿיבֿה.
איינער פֿון זיי איז געווען רבי אַבֿרהם יהושע העשיל מלאָיעוו פֿון דער טשערנאָביל־דינאַסטיע. לעצטנס האָט די פֿונדאַציע „אהלי צדיקים‟ געפֿונען זײַן קבֿר אין קאַרטשעוו.
טשערנאָביל איז הײַנט טרויעריק־באַרימט צוליב איר אַטאָם־קאַטאַסטראָפֿע. אין דער ייִדישער וועלט אָבער איז טשערנאָביל באַקאַנט צוליב דעם טשערנאָבילער חסידות וואָס האט זיך פֿאַרשפּרייט און פֿאַרצווײַגט אויף דער גאַנצער ייִדישער וועלט. מער ווי אַ האַלב מיליאָן חסידים האָבן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה באַלאַנגט צו די פֿאַרשיידענע הויפֿן פון דעם אַזוי גערופֿענעם טשערנאָבילער גזע [שטאַם].
הײַנט עקזיסיטירן עטלעכע צענטערס פֿון ממשיכים פֿונעם טשערנאָבילער חסידות. טויזנטער פֿון זיי וועלן מסתּמא קומען צו קבֿר־אָבֿות צום אוהל פֿון ר׳ אַבֿרהם יהושע העשל מלאָיעוו וואָס איז געווען דער אור־אײניקל פֿונעם ערשטן טשערנאָבילער צדיק.
הײַנט איז שווער צו פֿאַרשטיין וואָס מיינט אַזוינס אַ רעטכע פּאַרטיי און וואָס מיינט אַ לינקע פּאַרטיי. אַמאָל האָבן די רעכטע פּאַרטייען אונטערגעשטיצט דעם פֿרײַען האַנדל, און די לינקע האָבן געוואָלט אײַנצאַמען די מיאוסע קאַפּיטאַליסטן.
אין פּוילן אָבער וויל די הײַנטיקע רעגירונג, דווקא נישט קיין לינקע, באַגרענעצן די צאָל אַפּטייקן וואָס איין מענטש אָדער פֿירמע פֿאַרמאָגט. דער געדאַנק איז צו פֿאַרטיידיקן די קליינע אַפּטייקערס קעגן די גרויסע פֿירמעס.
די גרעסטע קייט פֿון אַפּטייקן אין פּוילן איז מסתּמא די ישׂראלדיקע פֿירמע „סופּער־פֿאַרם‟.
איך האָב דווקא ליב צו קויפֿן בײַ זיי. „סופּער־פֿאַרם‟ האָט לויט מיר דרײַ מעלות וואָס די קלענערע אַפּטייקן פֿאַרמאָגן נישט: ראשית כּל, איז זי אָפֿן פֿון פֿרי ביז אָוונט, זיבן טעג אַ וואָך. פּוילישע אַפּטייקערס פֿאַרמאַכן דאָס געשעפֿט זונטיק און אין אַלע פּוילישע און קריסטלעכע חגאות.
נאָך אַ זאַך: צוליב דעם וואָס „סופּער־פֿאַרם‟ איז אַ ריזיק געשעפֿט, געפֿינט מען דאָרט אָפֿטמאָל רפֿואות וואָס די קלענערע אַפּטייקן האָבן נישט ביי זיך. זיי דאַרפֿן זיי ערשט באַשטעלן.
נאָך אַ טשיקאַווער דעטאַל: אין כּמעט אַלע פּוילישע אַפּטייקן הענגט אַ צלם אויף דער וואַנט. במילא פֿילט זיך אַ ייִד מער היימיש אין די ישׂראלדיקע אַפּטייקן.
אַגבֿ, די פּרײַזן אין פּוילן זענען אַן ערך פֿופֿציק פּראָצענט ביליקער ווי אין די „סופּער־פֿארם‟־אַפּטייקן אין ישׂראל. וואָס טוען די ישׂראלדיקע טוריסטן? זיי קויפֿן רפֿואות פֿון דער ישׂראלדיקער פֿירמע „סופּער־פֿאַרם‟ דאָ און נישט דאָרט. עס זעט אָבער אויס אַז אין קורצן וועלן זיי נעבעך געפֿינען דאָ ווייניקער „סופּער־פֿאַרם‟ אַפּטייקן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.