ווי באַוווּסט, האָבן מיליאָנען אַמעריקאַנער און מענטשן איבער דער וועלט מקבל־פּנים געווען די נײַע אַדמיניסטראַציע פֿון פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ מיט פּראָטעסטן, מאַרשן און דעמאָנסטראַציעס.
אונטערן טיטל „פֿרויענמאַרש‟ האָט מען אויפֿן הויפּטמאַרש אין וואַשינגטאָן שבת, דעם 21סטן יאַנואַר, זיך אַנטקעגנגעשטעלט טראָמפּס בולטן און וווּלגאַרן סעקסיזם. פֿרויען און פֿעמיניסטישע מענער צוגלײַך, טראָגנדיק ראָזעווע היטעלעך, האָבן מאַרשירט און געהערט אינספּירירנדיקע רעדעס און אויפֿטרעטונגען פֿון אַזעלכע פּערזענלעכקײטן ווי דער דאָקומענטאַריסט מײַקל מאָר, און די פּאָפּ־זינגערינס מאַדאָנאַ און אַלישיאַ קיז.
מיט 2 טעג פֿריִער איז אין ניו־יאָרק אָרגאַניזירט געוואָרן אַ מאַסן־פֿאַרזאַמלונג פֿאַר טראָמפּס בנין אין קאָלומבוס־סירקל, וווּ 30 טויזנט מענטשן האָבן אויסגעדריקט זייער טיפֿן באַדױער װאָס טראָמפּ קומט פֿון ניו־יאָרק, װי אױך זייער זאָרג פֿון זײַן פּאָליטיק. צווישן די רעדנער האָבן אויפֿגעטראָטן די אַקטיאָרן ראָבערט דע ניראָ און אַלעק באָלדווין, דער מעיאָר ביל דע בלאַזיאָ, און ווידער — מײַקל מאָר, דער אָרגאַניזאָטאָר פֿון דער פֿאַרזאַמלונג, וואָס האָט פּראָקלאַמירט „אַ ווידערשטאַנד פֿון הונדערט טעג‟ קעגן טראָמפּ.
דער הויכפּונקט איז געווען סטואַרט אַפּעלבאַומס רעדע. אַפּעלבאַום, אַ יוניאָן־פֿירער שוין לאַנגע יאָרן, האָט באַגײַסטערט די מאַסן מיט זײַנע אינספּירירנדיקע ווערטער: „חבֿרים, שוועסטער און ברידער, דער פּרעזידענט מעג זיך מאָרגן בײַטן, אָבער אונדזערע ווערטן וועלן זיך נישט ענדערן! אַלע אַרבעטענדיקע פֿרויען און מענער, אַלע מענטשן דאַרפֿן באַהאַנדלט ווערן מיט כּבֿוד, יושר, און רעספּעקט, ס׳מאַכט נישט אױס װער ס׳איז דער פּרעזידענט. און מיר וועלן באַקעמפֿן יעדן פּרוּוו זיי אָפּצוזאָגן!‟
דזשעני באַדנער פֿאַלקאָן, אַ זשורנאַליסטקע וואָס האָט אויך געאַרבעט אין ישׂראל, זאָגט מיר אויף דער פֿאַרזאַמלונג אַז וואָס עס טוט זיך איצטער אין אַמעריקע איז ממש אַ פֿאַרס. „אין פֿאַרגלײַך מיט טראָמפּ זעט אַפֿילו ביבי נתּניהו אויס ווי אַ גוטער און נאָרמאַלער,‟ האָט זי באַמערקט. לויט מײַן אייגענער מיינונג איז דער מצבֿ אין ישׂראל שוין אויך געוואָרן אַ פֿאַרס, מיט ביביס דאָמינירונג איבער דער מעדיע און די לעצטע סקאַנדאַלן. נישט צופֿעליק זענען טראָמפּ און ביבי די בעסטע חבֿרים…
שבת, דעם 21סטן יאַנואַר אין דער פֿרי, איז אויך אַרויס אַן אַנטי־טראָמפּ פּראָטעסט־מאַרש פֿון טויזנטער אַפּער־וועסט־סײַד ייִדן, דורך דער לענג און ברייט פֿון דעם מאַנהאַטענער אינדזל, ביז מען איז אָנגעקומען צום הויפּט ניו־יאָרקער מאַרש אויף פֿינפֿטער עוועניו אַרום מידטאַון. דער אָנהייב־פּונקט איז געווען די „בני־ישרון סינאַגאָגע‟ (באַקאַנט לויט זײַן ראָשי־תּיבֿות ווי BJ) אויף דער 88סטער גאַס און בראָדוויי.
ווען איז געווען דאָס לעצטע מאָל ווען מע האָט געזען אַזאַ סצענע פֿון יאַרמולקעס, העברעיִשע שילדן, ייִדיש געזאַנג, פּײַקלעך און אַ גרויסע באַנדע פֿון אױפֿגעבראַכטע ייִדישע פֿרויען (און אַ סך קינדער און מענער דערצו) וואָס מאַרשירן מיט אַזאַ ברען אויף די ניו־יאָרקער גאַסן?
מען האָט געטראָגן שילדן מיטן אויפֿשריפֿט „צדק צדק תּרדוף‟ (גערעכטיקייט זאָלסטו נאָכיאָגן, דבֿרים, ט״ז, כּ׳), „האָמאָסעקסואַליסטישע ייִדן פֿאַר גערעכטיקייט‟, שילדן לטובֿת דעם פֿאַרשטאַרקן דעם בונד צווישן ייִדן און מוסולמענער פֿון דרכּי־שלום וועגן, און נאָך. מע האָט געזונגען די באַקאַנטע לידער „כּל העולם כּולו גשר צר מאד‟ (פֿון ר׳ נחמן בראַסלעווער), „הנה מה טובֿ‟ (תּהלים, קל״ג, א׳), אין איינעם מיט די אַמעריקאַנער לידער פֿאַר מענטשנרעכט ווי We Shall Overcome (מיר וועלן גובֿר זײַן).
אויפֿן וועג, האָט איינער אַ ייִד מיט אַ שטרײַמל (נישט אַזוי טיפּיש אויף דער אַפּער־וועסט־סײַד) גענומען אויף אונדז שרײַען: „וואָס איר טוט דאָ איז אַ חטא און זינד! מע טאָר נישט טראָגן אום שבת! דאָנאַלד טראָמפּ איז אַ גרויסער מענטש, און ישׂראלס אַ גרויסער חבֿר!‟ עטלעכע פּראָטעסטאַנטן האָבן גלײַך רעאַגירט. „גאָט האָט סײַ־ווי נישט ליב דײַן היטל!‟ האָבן זיי געשריגן.
אַרום מידטאַון האָבן מיר זיך אויך זיך געטראָפֿן מיט ראַבינערין דזשעני ראָזען, וואָס אַרבעט פֿאַר HIAS (די הילף־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן). אין אַ היסטאָרישן טריט, האָט HIAS לעצטנס באַשלאָסן צו העלפֿן אויך די נישט־ייִדישע סירישע פּליטים. ראָזען האָט געטיילט שילדן מיטן אויפֿשריפֿט „מיר באַגריסן די פּליטים‟, „מײַן פֿאָלק איז אויך געווען אַ פּליט‟, און „ייִדן פֿאַר פּליטים‟.
ס׳איז געווען אַ מחיה צו זען פּראָגרעסיווע ייִדן פֿאַראייניקן זיך און מאַרשירן אָן מורא איבער די גאַסן לטובֿת זייערע אידעאַלן. איצט דאַרפֿן מיר זען דעם המשך פֿון אַזאַ סאָרט אַקטיוויטעטן, כּדי ווײַטער צו דריקן אויף דער נײַער אַדמיניסטראַציע, און לאָזן אים וויסן אַז דאָס רובֿ אַמעריקאַנער (פּשוטו־כּמשמעו!) זענען שטאַרק נישט צופֿרידן מיט איר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.