(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דאָס וואָרט „זיידע‟ איז, אַגבֿ, אויך אַסאָציִיִרט מיט אַן עלטערן ייִד פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער תּקופֿה, אָבער טראָגט געוויינטלעך נישט די זעלבע נעגאַטיווע אַסאָציאַציעס ווי „באָבע‟.
צוליב דער טענדענץ צו באַזײַטיקן די טערמינען „באָבע־זיידע‟, פֿריי איך זיך ווען איך זע יאָ ייִדן פֿון מײַן דור וואָס רופֿן זיך „באָבע‟ אָדער „זיידע‟, און לאָזן די גאַנצע וועלט וויסן דערפֿון. מײַן חבֿר, לערי (לוי־יצחק) לערנער, למשל, האָט צוויי אויטאָס וואָס אויפֿן ליצענצשילד שטייט מיט בולטע אותיות: Zaydi. און לערי איז ווײַט נישט קיין אַלטיטשקער פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער עפּאָכע: ער איז אַ דאָקטער, אַ געניטער ביציקליסט און סקיִער. און איך, ווי אַ סך באָבעס בײַם הײַנטיקן טאָג, מאַך כּמעט יעדן טאָג פֿיזישע געניטונגען, און האָב אַפֿילו אָנגעהויבן זיך לערנען באָקס ווי אַ מיטל צו פֿאַרשטאַרקן די מוסקלען (איך באָקס אָבער בלויז אין די הענטשקעס פֿון מײַן טרענירער, נישט מיט קיין מענטשן, חלילה). איך וויצל זיך טאַקע מיט אים, אַז מע קען מיך שוין רופֿן Boxing Bubby.
מײַן מומע ביילציע ע״ה (די פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן) פֿלעגט אָפֿט מאָלן בילדער פֿון באָבעס, אָדער פֿון באָבעס מיט אייניקלעך, און איינס פֿון די בילדער הענגט טאַקע בײַ מיר אין קיך. אין דעם בילד זיצט אַ קליין מיידעלע מיט אַן עלטערער פֿרוי, אײַנגעהילט אין אַ שאַל, און אין דער לופֿטן שוועבן די ווערטער: „אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה‟. דאָס מיידעלע, האַלט איך, איז ביילציע אַליין, און די „באָבע‟ דאָ רעפּרעזענטירט דעם עלטערן דור, וואָס גיט איבער די ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות, פֿאָלקסלידער און טראַדיציעס זייערע קינדער און אייניקלעך.
איך האָב איין מאָל געזאָגט דער מומע ביילציען, אַז כאָטש זי האָט מסתּמא געמאָלן דאָס בילד פֿונעם קוקווינקל פֿונעם מיידעלע, זע איך זיך אַליין ווי דאָס מיידעלע, און איך זע זי — די מומע ביילציע — ווי די באָבע־פֿיגור בײַ וועמען איך האָב זיך געלערנט אַזוי פֿיל וועגן די פֿריִערדיקע דורות פֿון אונדזער משפּחה, כאָטש ביילציע איז אַליין געווען אַ מאָדערנע פֿרוי, וואָס האָט בכלל נישט אויסגעזען ווי די אַלטע פֿרומע ייִדענע אין בילד.
און דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, דער אמתער באַטײַט פֿונעם וואָרט „באָבע‟: די וועלכע גיט איבער די אייניקלעך די לעבעדיקע געשיכטעס, הומאָריסטישע מאָמענטן און היימישע מאכלים פֿון פֿריִערדיקע דורות. אַ ייִדישע באָבע קען הײַנט — ווי איך — זײַן אַ באַרנאַרד־גראַדואַנטקע, אַ רעדאַקטאָרין, און אַפֿילו אַ שטיקל באָקסערין, און גלײַכצײַטיק דינען בײַ די אייניקלעך ווי אַ בריק צום ייִדישן אַמאָל. קיין בעסער וואָרט פֿאַר דעם ווי „באָבע‟ איז פּשוט נישטאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.