ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published January 25, 2017, issue of January 27, 2017.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

עװאַקואַציע פֿון קהילה־בנין צוליב טעלעפֿאָנישער דראָונג

דאָנערשטיק, דעם 19טן יאַנואַר האָט מען מיטאָגצײַט געמוזט פֿאַרלאָזן דעם בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה װײַל מען האָט טעלעפֿאָניש געדראָט מיט אַ באָמבע־אויפֿרײַס. פּאָליציי און פֿײַערלעשערס האָבן באַלד געשלאָסן די גאַסן װאָס רינגלען אַרום די קהילה, רעװידירט דעם בנין און פֿעסטגעשטעלט אַז דאָס איז געװען אַ פֿאַלשער אַלאַרם. נאָך דרײַ שעה זײַנען די אַקטיװיטעטן אָנגעגאַנגען נאָרמאַל.   אין אַרגענטינע האָט זיך דער ייִשובֿ שוין צוגעװוינט צו אַזעלכע דערשײַנונגען און כאָטש עס איז קלאָר אַז װען מען װיל באמת אויפֿרײַסן ייִדישע בנינים מעלדט מען נישט אַפֿריער, מוז מען  דאָך אָננעמען די צוגעפּאַסטע מיטלען אויסצומײַדן קרבנות.


קהילה פֿירט אויף ספּעקטאַקל און ליאַלקע־שפּיל פֿאַר קינדער

אין טעאַטערזאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט מען מיטװאָך, דעם 18טן יאַנואַר, געשפּילט, ספּעציעל פֿאַר קליינע קינדער, דעם ספּעקטאַקל „די שװעסטער מיסטעריע” װו דרײַ אַקטריסעס, אָלגאַ, טריני און רובי, קלערן־אויף פֿראַגעס װאָס קינדער שטעלן און קיינער האָט קיין ענטפֿער נישט. פֿאַר װאָס רעגנט, פֿאַר װאָס בלאָזט דער װינט און ענלעכע מיסטעריעס האָט מען אויפֿגעדעקט מיט לידער און הומאָר.

דערנאָך איז געקומען די צײַט פֿון ליאַלקע־טעאַטער. די גרופּע „קליינער פֿיש” האָט פֿירגעבראַכט אַ ספּעקטאַקל װוּ קליינװאַרג האָט זיך געקענט באַטייליקן מיט לידער, פֿראַגעס, פּאַיאַצן צװישן עולם און מיט ספּעציעלע שװאַרצליכט האָבן די קינדער באַװונדערט זייפֿבלעזלעך װאָס האָבן באַגלייט די לידער.


ניסמאַנס משפּחה טרעפֿט זיך מיטן פּויפּסט און מיטן ישׂראלדיקן פּרעזידענט

די ריכטערין סאַנדראַ אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ, די געװעזענע פֿרוי פֿון פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן, איז מאָנטיק דעם 23סטן יאַנואַר אָפּגעפֿאָרן מיט אירע צװיי טעכטער יאַראַ און קאַלאַ קיין רוים און ישראל. מיטװאָך דעם 24סטן זײַנען זיי אויפֿגענומען געװאָרן פֿונעם פּויפּסט פֿראַנציס אויף אַ ספּעציעלער אוידיענץ. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל װאָס דער װאַטיקאַן האָט זיך אָפֿיציעל אַרײַנגעמישט אין דער פּרשה ניסמאַן. נאָך דעם װעלן זיי באַזוכן ישראל װוּ דער פּרעזידענט ריבֿלין װעט זיי אויפֿנעמען. זיי װעלן זיך אויך באַטייליקן אין דער צערעמאָניע פֿון פֿלאַנצן אַ װאַלד אויפֿן פּראָקוראָרס נאָמען, באַנײַען אַ מאָנומענט פֿונעם פּראָקוראָר און די ריכטערין װעט האַלטן אַ רעפֿעראַט אין דער ירושלימער אוניװערסיטעט.


דראָונג פֿאַר ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין קאָסטאַ־ריקאַ

פֿרײַטיק, דעם 13טן יאַנואַר איז אַרעסטירט געװאָרן אַ מענטש װאָס האָט האָט זיך אַרומגעדרייט פֿאַר דער ישראל אַמבאַסאַדע אין קאָסטאַ־ריקאַ. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ חשד בײַ דער פּאָליציי װאָס האָט אים פֿאַרהאַלטן און געפֿונען אַ מעסער צװישן זײַנע קליידער. די רעגירונג האָט באַלד פֿאַרשטאַרקט די זיכערקייט־מיטלען אויף ייִדישע אינסטיטוציעס.


אַרכיװן פֿון אַרגענטינער ייִװאָ װערן אַרײַנגענומען אין ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק

די דיגיטאַליזירטע אַרכיװן פֿון אַרגענטינער ייִװאָ און די אַרכיװן פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה זײַנען אַרײַנגענומען געװאָרן אין דער אינטערנאַציאָנאַלער נעץ פֿון דער ישראלדיקער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. דאָס האָט מען אָנגענומען אויף דעם אינטערנאַציאָנאַלן צוזאַמענקום פֿון קוראַטאָרן פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן און מוזייען װאָס איז פֿאָרגעקומען אין ישׂראל אין 2016, און װוּ עס האָט זיך אויך באַטייליקט די אַרכיװ־דירעקטאָרין פֿון ייִװאָ סילװיאַ האַנסמאַן.


נײַער ביוראָ פֿאַר פּענסיאָנירטע אין קהילה־בנין

דעם 19טן יאַנואַר האָט אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן אינעם בנין פֿון דער קהילה אַ ביוראָ פֿון דער אינסטאַנץ פֿאַר פּענסיאָנירטע. דאָס װעט דערמעגלעכן אַז פּענסיאָנירטע זאָלן קענען דערליידיקן זייערע ביוראָקראַטישע ענינים און נישט דאַרפֿן װײַט פֿאָרן. דער דעפּאַרטאַמענט פֿאַרן עלטערן דור אַרבעט אויך אויס ספּעציעלע קולטור־אַקטיװיטעטן פֿאַר די עלטערע מענטשן, ייִדן און נישט־ייִדן, װאָס װעלן געפֿינען אַ פּלאַץ פֿאַר צוגעפּאַסטע אַקטיװיטען אין חודש מאַרץ, נאָך די זומער־חדשים.


אויסשטעלונג פֿון די װערק פֿון פֿאַרשטאָרבענער ייִדישער מאָלערין מאַריאַנאַ שאַפּיראָ

מאַריאַנאַ שאַפּיראָ איז געװען אַ באַרימטע ייִדיש־אַרגענטינער מאָלערין און סקולפּטאָרין װאָס איז יונג געשטאָרבן מיט 10 יאָר צוריק. אין מוזיי פֿון דער קהילה האָט מען דערעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון דער קינסטלערין. 

װען אַנטיסעמיטן האָבן אײן מאָל פֿאַרפּאַטשקעט די טיר פֿון שאַפּיראָס אַטעליע מיט אַן אויפֿשריפֿט „דאָ װוינט אַ ייִד” האָט די פּרעסע שאַרף רעאַגירט אָבער מאַריאַנאַ האָט פֿאַרװאַנדלט דעם אַטאַק אין אַ קונסטװערק. זי האָט געװיזן װי אַזוי האָט די װעלט רעאַגירט קעגן דער אַנטיסעמיטישער שׂינאה און געװיזן דאָס פּאָזיטיװע פֿון דער נעגאַטיװער שטעלונג. פֿאַר איר טויט האָט זי באַקומען די נאַציאָנאַלע פּרעמיע, אוּן דער נאַציאָנאַלער מוזיי האָט געקויפֿט אַ סקולפּטור װאָס פֿאַרנעמט הײַנט צו טאָג אַ בכבֿודיק פּלאַץ צװישן די עקספּאָנאַנטן. אַ געבוירענע אין 1959 האָט זי כּסדר אַרײַנגענומען אין אירע װערק אויך ייִדישע טעמאַטיק.