ווי ס׳איז שוין גוט באַקאַנט, שטאַמט אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די ייִדן אין מערבֿ ווי אויך אין ישׂראל פֿון רוסלאנד אָדער, בעסער געזאָגט: פֿון די געביטן וועלכע זענען אַ מאָל געווען אונטער דער צאַרישער הערשאַפֿט, פֿאַרשטענדלעך — אויך פֿון תּחום המושבֿ.
כּמעט אַלע ייִדן אין רוסלאַנד, צוליב די מאַסיווע אויסוואַנדערונגען, האָבן געהאַט און האָבן עד־היום קרובֿים אין דער מערבֿ־וועלט און אין ישׂראל. בקיצור, דער ייִדיש־רוסישער ייִדנטום פֿאַרנעמט, נעכטן און הײַנט, אַ ממשותדיק אָרט אין אונדזער לעבן.
פֿון מײַנעטוועגן האָב איך געהאַט אַ פּערזענלעכן, נאָענטן קאָנטאַקט מיט ייִדישע שרײַבער געקומענע פֿון רוסלאַנד, פּאָליטיקער, מוזיקערס, מענער און פֿרויען פֿון פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסיעס, און אויך יונגע לײַט, וועלכע זענען ווי קינדער עולה געווען קיין ישׂראל אין אָנהייב 1990ער יאָרן. וועגן אָט דעם לעצטן סעקטאָר וויל איך זיך דאָס מאָל אָפּשטעלן.
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט דער בית־לייוויק אָרגאַניזירט אַ קאָנפֿערענץ מיט דער באַטייליקונג פֿון וויכטיקע אַקאַדעמיקער פֿון תּל־אָבֿיבֿער און אַנדערע אוניווערסיטעטן. איינע פֿון זיי איז געווען מארינה ניזניק וואָס האָט געגעבן אַ לעקציע אויף דער טעמע, „רוסיש אין ישׂראל — נעכטן, הײַנט… און מאָרגן?‟.
בײַ איר האָב איך געפֿרעגט: „וווּ און ווי אַזוי קאָן איך זיך טרעפֿן מיט פֿאָרשטייערס פֿון די יונגע ישׂראלים אָפּשטאַמיקע פֿון רוסלאַנד?‟ איר שליסל־וואָרט איז געווען „דור וחצי‟ [אַ דור און אַ העלפֿט], וואָס פֿירט אַן אינטערעסאַנטע טעטיקייט צווישן יונגעלײַט, ־20 און 30־יעריקע, געקומענע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. ווי מען איז זיך נוהג אין אונדזערע טעג, האָב איך זיך אַוועקגעזעצט בײַם קאָמפּיוטער, געזוכט אַהין־אַהער, רעכטס, לינקס, אויבן, אונטן ביז דורכן „פּנים־בוך‟ האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן מיט עטלעכע נעמען, און צווישן זיי: אַלעקס ריף.
אַלעקס ריף איז הײַנט־צו־טאָג איינע פֿון די בולטסטע אַקטיוויסטן און קינסטלער אין די ראַמען פֿון „דור וחצי‟ ס’האָט נאָך גענומען אַ שטיקל צײַט ביז כ’האָב באַקומען אַ טעלעפֿאָן־נומער און אַזוי אַרום איז באַשטימט געוואָרן אַן ערשטע טרעפֿונג וווּ מיר האָבן געקאָנט זיצן פּנים־אל־פּנים, זיך דורכרעדן, פֿאַרשטיין בעסער וואָס זי און איר דור זוכן, וואָס האָבן זיי ליב און וואָס נישט.
אַלעקס ריף, אַ 30־יאָריקע העברעיִשע פּאָעטעסע און קולטור־אַקטיוויסטקע, איז געבוירן אין אוקראַיִנע, עולה געווען אין יאָר 1991, ווען זי איז געווען פֿינף יאָר אַלט. דורך איר דערציִונג אין לאַנד האָט זי זיך גאַנץ שנעל ישׂראליזירט, נאָר אַ 20 יאָר שפּעטער, נאָך דעם וואָס זי האָט אין בוידעם באַהאַלטן אירע רוסישע וואָרצלען, באַשליסט זי פֿון דאָס נײַ זיך פֿאַרבינדן מיט אָט דעם פֿאַרהוילענעם טייל פֿון איר אידענטיטעט.
בקיצור — דער קלאַסישער פּראָצעס וואָס די מערהייט פֿון די עולים האָבן דורכגעמאַכט מיטן אָנקומען אין לאַנד. זי איז צווישן די גרינדער פֿון דער „קולטור־בריגאַדע‟ וואָס קעמפֿט פֿאַר אָפּגעבן כּבֿוד אין לאַנד דער רוסישער עליה. איר ערשטן און צווייטן דיפּלאָם האָט זי באַקומען פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אין פּאָליטישער וויסנשאַפֿט און געשעפֿטס־פֿירונג. זיך געלערנט אין דעם „סאַם שפּיגל אינסטיטוט פֿאַר פֿילם און שעפֿערישער פּאָעזיע‟ אין הליקון (העליקאָן). באַהערשן באַהערשט זי ביידע שפּראַכן, נאָר זי שרײַבט פּאָעזיע אויף העברעיִש און זינגט אויף רוסיש. אָט איז אירס אַ ליד אין מײַן איבערזעצונג, וואָס מע האָט פֿאָרגעלייענט בשעת אַ דרײַ־שפּראַכיקער פּאָעזיע־אָוונט וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 18טן פֿעברואַר 2016 אין בית לייוויק:
אַ קינד, רויט־ווײַס, בין איך געווען.
פּאַטריאָטישע מוטער, קאָמסאָמאָל דער פֿאָטער, לענינען אין קינדערגאָרטן.
פּאָעמעס רעציטירט. געהאַסט די עקזאָטישע.
געחלומט וואָס וועל איך אַ מאָל זײַן.
אַ קינד, בלוי־ווײַס, בין איך געווען.
פֿאַרלאָזט אַ פֿאָטערלאַנד, עולה געווען, געוויינט אין קינדערגאָרטן.
געשטאַנען בעת „התּיקווה‟, תּפֿילות אײַנגעחזרט,
אין שמעלצטאָפּ באַשטימט, וואָס וועל איך זײַן.
אַ קינד, שוואַרץ־ווײַס, בין איך געווען.
אויפֿשטיין באַגינען, פּוצן די ציין, גלײַך אין קינדערגאָרטן,
געשפּילט אין לעגאָ, אָנגעטאָן ליאַלקעס,
געוואָלט ווערן דעם טאָג, דעם טאָג פֿון ניט־זײַן.
אַלעקס ריפֿס פּאָעזיע איז אַן אינטימע און אויטאָביאָגראַפֿישע און מיט אַ קלאָרן געזעלשאַפֿטלעכן באַטײַט, ווײַל זי דריקט אויס געפֿילן און זוכענישן פון אַ גאַנצן דור. איר אַקטיוויזם דריקט זיך אויס אין דעם וואָס זי האָט שוין פּראָדוצירט דערפֿאָלגרײַכע קינסטלערישע אָוונטן בעיקר אין פּאַבן, אין די הויפּטשטעט אין ישׂראל. צו אַזעלכע טרעפֿונגען קומען בערך אַ 150 פּערזאָן און זיי ווערן גאַנץ פֿײַן פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער מעדיאַ. עס רעדט זיך ניט וועגן אַ רעגיסטרירטן פֿאַרבאַנד; דאָס וואָלט אין די אויגן פֿון די אַקטיוויסטן אויסגעזען צו פֿאָרמעל און אָפֿיציעל. זיי האָבן בעסער ליב אַ ספּאַנטאַנעם צוגאַנג ווען די יונגעלײַט קומען זיך צונויף אַרום טישן און הערן אַ קינסטלערישע פּראָגראַם, בעיקר מוזיק און פּאָעזיע, וואָס שפּיגלט אָפּ זייער הומאָר, בשותּפֿותדיקע פֿאַרגאַנגענהייט און הײַנטיקע איבערלעבונגען. פֿאַר די אָרגאַניזאַטאָרן איז וויכטיק אַז אַ מוזיקער אָדער זינגערין זאָלן אויך אַ ביסל דערציילן וועגן זיך אַליין, זייערע פֿרײַנד, זייער קוק אויף דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.
אָט איז אַ צווייט ליד, וווּ דער הויפּט סוביעקט איז אַלעקס ריפֿס ייִנגערער ברודער:
ווען יעווגעני איז אין קינדערגאָרטן געקומען
האָט די זון געשײַנט.
געווען איז ער ייִנגער פון מיר,
אַ ווײַסינקער און געשמעקט
פֿון פּחד.
און געווען בין איך
ווער ס’האָט אים אויפֿגעקלערט,
מיט העברעיִשע אָפּגעזינדערטע ווערטער,
אַז זאָקן מיט סאַנדאַלן
ווי זאָגט מען, ס׳איז מיאוס.
סענדוויטש מיט הערינג
ווי זאָגט מען, ס׳שטינקט,
און רעדן זאל ער עבֿרית.
נישט רוסלאַנד דאָ!
ווען יעווגעני איז אין קינדערגאָרטן געקומען
בין איך גליקלעך געווען.
אויף דער פֿראַגע, וואָס מיינט בײַ איר די ייִדישע שפּראַך און קולטור, האָט זי געזאָגט: „די ייִדישע קולטור איז אינטערעסאַנט און רײַך, און מײַן משפּחה האָט אין איר טיפֿע וואָרצלען. פּונקט ווי די אַנדערע קולטורן און קהילות, דאַרפֿן זיי אין ישׂראל באַקומען דעם ריכטיקן אָרט, ווי אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער קולטור אין לאַנד.‟
פּונקט ווי דער דור האָט זײַנע אייגענע אַנטענעס כּדי אויפֿצוכאַפּן וואָס ס’קומט פֿאָר אין דער ישׂראל־געזעלשאַפט, איז ניט שווער פֿאָרויסצוזען, אַז זייער אַליין־באַוווּסטזײַן וועט וואַקסן פֿון יאָר צו יאָר. זיי זוכן אָנערקענונג און מ’קאָן זאָגן אַז די אַלגעמיינע געזעלשאַפֿט איז גרייט זיי אויפֿצונעמען „ווי זיי שטייען און גייען‟.
אין אַלגעמיין זאָגן זיך די יונגע רוסישע ישׂראלים אַרויס פּאָזיטיוו לטובֿת אַ ציל, איידער נעגאַטיוו קעגן עפּעס אָדער עמעצן. זיי שליסן זיך ניט אָן אין קיין פּראָטעסט־באַוועגונג, אָבער ברענגען יאָ מיט זיך אַ נײַעם גײַסט. ווי תּמיד האָט די געזעלשאַפֿט סימפּאַטיע צו יונגע לײַט, ווײַל זיי שטראַלן אַרויס מיט ענערגיע, פֿרישע כּוחות און האָפֿענונגען.
ווי אַזוי וועט זייער טעטיקייט אויסזען אין עטלעכע יאָר אַרום? צי וועט, למשל, אַלעקס ריף זיך אָנשליסן אין אַן עקזיסטירנדיקער פּאַרטיי, און קאַנדידירן אין די וואַלן? וועט „דור וחצי‟ בלײַבן גאַנץ ווי זי איז איצט, אָדער וועט זי זיך צעשפּאָלטן אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען? שווער צו וויסן. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז אין דעם מאָמענט זענען זיי אַן אויטענטישער און ספּאָנטאַנער אויסדרוק פֿון די ענדערונגען אין דער געזעלשאַפֿט און דריקן אויס אַ טיפֿע באַדערפֿעניש מ’זאָל רעספּעקטירן יעדן סעקטאָר און דעם בײַטראָג וואָס ער ברענגט פֿאַר אַלעמען.
„די אָפּשטאַמיקע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרמאָגן אַ רײַכע געשיכטע און קולטור, וואָס אַ טייל איז פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט און אַן אַנדער טייל מיט וועלטלעכקייט און מיט דער קולטור פֿון די לענדער פון וואַנעט זיי זענען געקומען,‟ האָט אַלעקס באַטאָנט. „די־אָ קולטור, אין אירע אַלע אויסדרוקן, פּרוּוון מיר שטעלן אין צענטער פֿון קולטור־לעבן אין לאַנד — די קולטור פֿון די אָפּשטאַמיקע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד.‟
אַלעקס ריף איז זייער פּראַקטיש און אַמביציעז, אינעם גוטן זינען פֿון וואָרט. אין די פּאָליטישע, געזעלשאַפֿטלעכע וואַקלענישן וואָס כאַראַקטעריזירן מדינת־ישׂראל איז ניט לײַכט אָפּצוהיטן אַן אייגענעם פּראָפֿיל. זייער אָפֿט פֿאַלט מען אַרײַן אונטערן דרוק פֿון פּאָליטישע פֿאַקטאָרן מיט זייערע אייגענע אינטערעסן. לאָמיר זען אין די קומענדיקע יאָרן צי איז דאָס געווען אַ ספּאָראַדישער פֿענאָמען אָדער צי עס רעדט זיך וועגן ענדערונגען, וועלכע וועלן לאָזן טיפֿע, פּאָזיטיווע שפּורן אין דער געזעלשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.