דעם 16טן יאַנואַר האָט דוד שלתּיאל, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין סאַלאָניק, גריכנלאַנד, איבערגעגעבן, אַז מיט דער הילף פֿון דער דײַטשישער רעגירונג וועט זיך אין דער שטאָט עפֿענען דער חורבן־מוזיי, וועלכן מע האָט שוין דרײַ יאָר פּלאַנירט צו שאַפֿן, אָבער ביז הײַנט נישט געקאָנט אויסבויען צוליב דעם פֿינאַנציעלן דוחק. דײַטשלאַנד האָט צוגעזאָגט צען מיליאָן אייראָס פֿאַרן פּראָיעקט; בסך־הכּל וועט דער מוזיי אָפּקאָסטן בערך 23 מיליאָן אייראָס.
פֿאַר אַ דורכשניטלעכן ייִד פֿון מיזרח־אייראָפּע איז סאַלאָניק מסתּמא בלויז איינס פֿון טויזנטער היסטאָרישע ייִדישע שטעטלעך. די באַקאַנטע ווערטער אין מרדכי געבירטיגס ליד „אונדזער אָרעם שטעטל נעבעך ברענט‟ ווערן גיכער אַסאָציִיִרט מיטן אַמאָליקן ייִדישן פּוילן, וווּ דער פּאָעט האָט געלעבט. בײַ די באַלקאַנער און טערקישע ספֿרדים האָט אָבער דאָס אַלטע פּאָפּולערע שפּאַניש־ייִדישע ליד „עס קעמאָ סאַלאָניק‟ („סאַלאָניק האָט געברענט“) אַ באַזונדערס טראַגישן טעם; במשך פֿון דורות האָבן זיי געהאַלטן די דאָזיקע שטאָט פֿאַרן וויכטיקטסטן וועלטצענטער פֿון ייִדישקייט. אַ סך ספֿרדים האָבן אָפֿט באַטראַכט סאַלאָניק ווי אַן אמתער „ירושלים של מטה‟, אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם צוקונפֿטיקן משיחישן הימלישן „ירושלים של מעלה‟. ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה איז עס פֿאַקטיש געווען אַ ייִדישע שטאָט; דער מוסולמענישער טייל פֿון סאַלאָניק איז געווען קלענער פֿונעם ייִדישן, און דער קריסטלעכער — נאָך קלענער.
אַ ייִדישע קהילה האָט עקזסיסטירט אין דער אוראַלטער גריכישער פּאָרטשטאָט נאָך מיט 2,000 יאָר צוריק. נאָכן גירוש־ספֿרד זענען אַהין אַנטלאָפֿן טויזנטער שפּאַנישע ייִדן וועלכע האָבן מיטגעבראַכט זייער שפּראַך, מינהגים און רײַכע אייגנאַרטיקע קולטור. במשך פֿון 400 יאָר איז סאַלאָניק געבליבן אַ גרויסער צענטער פֿון ייִדיש לעבן. דאָרטן איז געבוירן געוואָרן רבי שלמה אַלקבץ, דער מחבר פֿונעם שבתדיקן פּיוט „לכה דודי‟; רבי יוסף קאַראָ, דער מחבר פֿונעם „שולחן ערוך‟ האָט פֿאַרבראַכט אין סאַלאָניק עטלעכע יאָר, זיך גריבלענדיק אין די דאָרטיקע אוצרות פֿון רבנישע ספֿרים.
נישט לאַנג צוריק האָט ד״ר דעווין נער [נאַאַר], אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר אינעם סיאַטלער אוניווערסיטעט און אַ וועלט באַקאַנטער מומחה אין ספֿרדישע שטודיעס, אַרויסגעגעבן זײַן בוך „די ייִדישע סאַלאָניק‟, וואָס קאָנצענטרירט זיך אויפֿן מהומהדיקן פּעריאָד צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. בעת איינער פֿון זײַנע פּרעזענטאַציעס פֿונעם נײַעם בוך, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 29סטן סעפּטעמבער אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט ער מיט ברען דערציילט וועגן פֿאַרשיידנדיקע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער שטאָט, וווּ זײַן זיידע איז געבוירן געוואָרן אין 1917.
נער איז אַ געראָטענער ענטוזיאַסטישער לעקטאָר. זײַן פּרעזענטאַציע האָט ער באַגלייט מיט אינטערעסאַנטע פּערזענלעכע מעשׂיות, משפּחה־געשיכטעס און טשיקאַווע פֿאַקטן. למשל, ווען זאבֿ זשאַבאָטינסקי איז געקומען צו גאַסט אין סאַלאָניק, האָבן די אָרטיקע ספֿרדים צו ערשט חושד געווען, אַז ער איז אַן אַלפֿאָנס. אַשכּנזים זענען בכלל געווען אַ זעלטנקייט אין דער שטאָט, און די וועלטלעכע מערבֿדיקע ייִדן האָבן זיך אַסאָציִיִרט בײַ די אָרטיקע ספֿרדים מיט פֿינצטערע געשעפֿטן.
אין זײַן בוך דערקלערט דער מחבר, אַז די ייִדישע קהילה אין סאַלאָניק איז במשך פֿון דורות געבליבן אַ מין לאַנד אין זיך, שטרענג קאָנטראָלירט דורך די רבנים און קהילה־אינסטאַנצן. ווי אַ טשיקאַווע אילוסטראַציע דערמאָנט נער אַ לאַדינאָ־פֿאָלקסליד וועגן אַ מיידל וואָס האָט פֿאַרברענט די געפֿילטע טרויבנבלעטער — אַ באַליבטן מאכל בײַ גריכן און גריכישע ייִדן. די מאַמע איז געוואָרן אויפֿגעבראַכט און האָט געוואָלט געבן דער טאָכטער קלעפּ. דאָס מיידל האָט זיך איבערגעשראָקן, איז געלאָפֿן צו אַ דיין און געבעטן בײַ אים אַ היתּר צו ווערן אַ מוסולמענערין. דאָס אַוועקגיין אין גאַנצן פֿון ייִדישקייט איז געווען דער איינציקער אופֿן פּטור צו ווערן פֿונעם קהילה־קאָנטראָל.
זײַענדיק אַן ערנסטע און אינפֿאָרמאַטיווע אַקאַדעמישע פֿאָרשונג, שאַפֿט דאָס נײַע בוך, אויסגעשפּרענקלט מיט אַזעלכע טשיקאַוועסן, אַ לעבעדיקן אימאַזש פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אינעם „באַלקאַנער ירושלים‟. נער פֿאָקוסירט זיך אויף גאָר אינטערעסאַנטע סאָציאַלע פּראָצעסן, וועלכע זענען פֿאָרגעקומען ווען די אָטאָמאַנישע אימפּעריע איז בטל געוואָרן און גריכנלאַנד איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. נאָך דער טערקיש־גריכישער מלחמה (1919־1922) האָט מען געשלאָסן אַן אַכזריותדיקן אָפּמאַך: אַ האַלב מיליאָן טערקישע מוסולמענער האָט מען פֿאַרטריבן קיין טערקײַ, און אָנדערטהאַלבן מיליאָן פּראַוואָסלאַוונע קריסטן — פֿון טערקײַ קיין גריכנלאַנד.
אַחוץ די ייִדיש־שטאַמיקע שבתי־ׁצבֿיניקעס, וועלכע זענען געווען פֿאַררעכנט פֿאַר מוסולמענער, האָט מען געלאָזט די ייִדישע באַפֿעלקערונג צו רו. אַנשטאָט דער לאַנגאָניקער באַקאַנטער מאַכט פֿונעם סולטאַן זענען אין שפּיץ אָנגעקומען קריסטלעכע נאַציאָנאַליסטן. די סאָציאַליסטן, ציוניסטן, פֿרומע און וועלטלעכע ייִדישע קרײַזן האָבן פֿאָרגעלייגט אייגענע פּראָגראַמען ווי אַזוי מע זאָל זיך באַציִען צו דער „העלעניזאַציע” פֿון גריכנלאַנד.
לויט דער ייִדישער טראַדיציע ווערן די גריכן — יוונים — געוויינטלעך באַטראַכט ווי אַמאָליקע געפֿערלעכע שׂונאים. אַ סך ייִדישע תּושבֿים פֿון סאַלאָניק האָבן זיך געגעבן אַן עצה, ווי אַזוי מע קאָן ווערן געטרײַע פּאַטריאָטישע „העלעניסטן‟ און פֿאָרט בלײַבט ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. אינעם יאָר 1933 האָט די סאַלאָניקער קהילה אויסגעקליבן דעם נײַעם הויפּט־רבֿ, צבֿי קאָרעץ – דווקא אַ מאָדערנעם ווינער אַשכּנזי מיט אַ וועלטלעכער אוניווערסיטעט־בילדונג וועלכער האָט זיך אויסגעלערנט לאַדינאָ און גריכיש. ווײַט נישט אַלע אָרטיקע ייִדן זענען אָבער געווען צופֿרידן מיט אַזאַ שטאָט־רבֿ; זיי האָבן געטענהט, אַז מיט זײַן קינסטלעך אויסגעלערנטער שפּראַך איז ער נישט מסוגל צו פֿאַרשטיין די ספֿרדישע נשמה.
בדרך־כּלל האָבן די קריסטן זיך קאַלט באַצויגן צו די „גריכן פֿון משהס גלויבן‟. פֿונעם ייִדישן צד האָבן זיך באַוויזן אַ סך פֿאַרברענטע פּאַטריאָטן, וועלכע זענען געווען גרייט צו פֿאַלן אַ קרבן — און צו מאָל טאַקע געפֿאַלן — פֿאַר „אונדזער ליבן גריכישן היימלאַנד‟. אין די שולן זענען אָנגעגאַנגען שאַרפֿע דעבאַטעס, אויף וועלכע שפּראַכן מע זאָל שטעלן דעם שטאַרקסטן טראָפּ: גריכיש, ייִדיש־שפּאַניש, העברעיִש צי פֿראַנצייזיש — פּאָפּולער אין פֿאַרמעגלעכע מאָדערנע קרײַזן. ס׳איז אויפֿגעקומען אַ נײַער דור „העלעניסטישע ייִדן‟ – נאַטירלעכע גריכיש־רעדערס, פֿעסט פֿאַרבונדן מיט דער אַלגעמיינער קולטור פֿונעם לאַנד. אין דער זעלבער צײַט האָט די ייִדיש־שפּאַנישע פּרעסע זיך אויך צעבליט.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז נער באַנוצט זיך נישט מיטן טערמין „לאַדינאָ‟, ווען ער רעדט וועגן דער טראַדיציאָנעלער שפּראַך פֿון די סאַלאָניקער ייִדן, ווײַל דער דאָזיקער טערמין האָט זיך דאָרטן קיין מאָל נישט פֿאַרשפּרייט. די אָרטיקע ספֿרדים האָבן גערופֿן זייער לשון שפּאַניש, אָבער קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז זייער ריידעניש האָט אַ ספּעציפֿישן ייִדישן טעם.
אַחוץ דעם דערמאָנטן שפּראַכנקאַמף אין די שולן ווערן אינעם בוך כּמעט אין גאַנצן נישט דערמאָנט די לינגוויסטישע באַזונדערקייטן פֿון ייִדיש־שפּאַניש. אין זײַן אוניווערסיטעט פֿאַרנעמט זיך נער אָבער כּסדר מיט דער שפּראַך און האָט אָנגעזאַמלט אַ ריזיקע ביבליאָטעק פֿון ביכער, פּעריאָדישע אויסגאַבעס, בריוו און אַנדערע דאָקומענטן אויף לאַדינאָ.
צום באַדויערן האָט דער עקספּערימענט מיטן „ייִדישן העלעניזם‟ און די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון לאַדינאָ־ליטעראַטור אין סאַלאָניק זיך טראַגיש איבערגעריסן בעת דעם חורבן. אין דער שטאָט, וווּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿאַר דער מלחמה האָט באַטראָפֿן 50 טויזנט נפֿשות, וווינען הײַנט בלויז בערך 1,300 ייִדן. די גרויסע היסטאָרישע ירושה פֿונעם צעשטערטן „באַלקאַנער ירושלים‟ פֿאָדערט אָבער ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען, און די שטאָט, וווּ עס געפֿינט זיך שוין אַ ייִדישער מוזיי, נייטיקט זיך אין נײַע דענקמעלער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.