טויזנטער ניו־יאָרקער קינדער וועלן באַקן חלה פֿאַר די היימלאָזע

Thousands of NYC Kids to Bake Challah for the Homeless


פֿון ליזע שיינפֿײַן (Forward)

Published February 01, 2017, issue of February 23, 2017.

מער ווי 1,000 ייִדישע קינדער איבער דער שטאָט ניו־יאָרק וועלן זונטיק, דעם 4טן פֿעברואַר, זיך פֿאַרזאַמלען אינעם האָטעל „גרענד־הײַיאַט‟ אין מאַנהעטן, כּדי צו באַקן חלה. אויפֿן „ריזיקן חלה־באַק־טאָג‟, וואָס קומט פֿאָר אינעם „סופּער־באָל‟־זונטיק, וועלן אַלע אָנטיילנעמער באַקן צוויי חלות, איינע פֿאַר זיך און איינע פֿאַר אַ משפּחה אין נויט.

דער צווייטער יערלעכער „ריזיקער חלה־באַק־טאָג‟ פֿאַר קינדער ווערט אָרגאַניזירט דורך עלטערן איבער דער שטאָט ניו־יאָרק, באַנאַנד מיט אַ ריי שולן, שילן, און געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס.

„אונדזער ציל איז צונויפֿצוברענגען יונגע ייִדישע קינדער פֿון אַלע הינטערגרונטן אויף אַ טאָג פֿון אַחדות, שטאָלץ און שׂימחה,‟ דערקלערט אַ מעלדונג וועגן דעם געשעעניש. „דער דאָזיקער פּראָיעקט איז ניט בלויז פֿאַר איין סינאַגאָגע, איין רעליגיעזער שיטה, איין העברעיִשער שול אָדער איין אָרגאַניזאַציע. דעם פּראָיעקט האָט געגרינדעט אַ גרופּע מאַמעס פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן מיט אַ בשותּפֿותדיקן ציל: אַחדות דורך חלה.‟

יעדעס קינד וועט אַהיימפֿאָרן מיט אַ ניט־געבאַקענער חלה און וועט צו דער זעלביקער צײַט אויך מאַכן אַ צווייטן לאַבן וואָס מע וועט שענקען דער אָרגאַניזאַציע WIN — די גרעסטע אינסטיטוציע וואָס העלפֿט די היימלאָזע משפּחות אין דער שטאָט ניו־יאָרק.

דער „ריזיקער חלה־באַק־טאָג‟ הייבט זיך אָן 11 אַזייגער. עס קאָסט $15 אָנטיילצונעמען. כּדי זיך צו רעגיסטרירן, גיט אַ קוועטש דאָ: https://kidschallahbake.com/rsvp.