נישט זעלטן האָבן מיר אין וואַרשע געסט פֿון פֿראַנקרײַך. זשורנאַליסטן, פֿילממענטשן, כּלל־טוערס. זיי אַלע ווילן הערן פֿון אונדז ווי עס לעבן דאָס ביסל ייִדן אין פּוילן. ראשית־כּל ווילן זיי הערן וועגן דעם מצבֿ פֿונעם אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן. זיי זאָרגן זיך, הייסט עס, וועגן אונדז.
פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר דאַנקען די פֿראַנצייזישע ייִדן פֿאַר זייער מיטגעפֿיל אָבער איך קען אײַך דערציילן, אַז מײַנע קינדער האָבן נישט געהערט קיין איין שלעכט וואָרט פֿון פּוילישע קינדער אין זייער שול. (הלוואַי אַזוי ווײַטער) אין פֿראַנקרײַך, להיפּוך, איז דער מצבֿ פֿון ייִדישע קינדער אין די שולן נישט פֿויגלדיק.
א טשיקאַווער דעטאַל. די קינדער מײַנע זענען נישט געבליבן אין דער פּריוואַטער ייִדישער שול, די אַזוי גערופֿענע „מורשה־שול‟, צוליב די גרויסע קאָסטן. פֿאַר וואָס דערמאָן איך די דאָזיקע שול? ווײַל דווקא דאָרט האָבן מײַנע קינדער באַקומען אַן אַנטיסעמיטישן פּסק פֿון אַ קינד. אַגבֿ, נישט קיין פּויליש קינד (דאָס רובֿ קינדער אין דער „מורשה־שול‟ זענען נישט־ייִדן), נאָר דווקא אַן אויסלענדיש קינד, פֿון דייַטשלאַנד. ווי געזאָגט, אין זייער איצטיקער פּוילישער מלוכה־שול האָבן זיי נישט באַגעגנט קיין שום אַנטיסעמיטישע קינדער אָדער לערערס.
צוריק צו אונדזערע פֿראַנצייזישע געסט. זיי פֿאַרגעסן מסתּמא אַז אין פֿראַנקרײַך האָט אַ ייִד מורא צו גיין די טעג אויף דער גאַס מיט אַ יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ.
איר געדענקט מסתּמא דעם ייִדישן יונגן־מאַן, אילן חלימי, וואָס יונגע אַנטיסעמיטן אין פֿראַנקרײַך האָבן אים פֿאַרכאַפּט און שרעקלעך געקוועלט במשך פֿון 24 טעג, ביז זיי האָבן אים פֿאַרברענט לעבעדיקערהייט.
שטעלט אײַך פֿאָר וואָס וואָלט געווען ווען אַזאַנס וואָלט פֿאָרגעקומען אין פּוילן. די גאַנצע וועלט וואָלט וועגן דעם געשריבן און גערעדט. די וועלט האָט זיך אָבער באַצויגן גאַנץ רויִק צו אילן חלימיס שרעקלעכע יסורים און טויט.
חלימי איז נישט געווען דער איינציקער קרבן פֿון אַנטיסעמיטיזם אין די לעצטע יאָרן אין פֿראַנקרײַך. מיר געדענקען די קליינע קינדער וואָס זענען דערשאָסן געוואָרן אין דער שול „אור התּורה“ אין טולוז, אָדער די ייִדן וואָס מען האָט דערמאָרדעט אינעם היפּער־כּשר־סופּערמאַרק אין פּאַריז.
צוריק צו אונדזערע פֿראַנצייזישע ייִדן וואָס זוכן אַ באַווײַז פֿאַר דעם אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן — זיי דאַרפֿן מסתּמא אַ קוק טאָן וואָס סע טוט זיך בײַ זיך איידער זיי קומען געפֿינען חסרונות בײַ יענעם.
סאָביבאָר איז געווען אַן אומברענג־לאַגער אין מיזרח־פּוילן. אַן ערך אַ פֿערטל מיליאָן ייִדן זענען דאָרט דערמאָרדעט געוואָרן.
נאָך אַ געראָטענעם אויפֿשטאַנד אין אָקטאָבער 1943 האָבן עטלעכע הונדערט אַרעסטאַנטן געמאַכט פּליטה. נאָך דעם האָבן די דײַטשן צעשטערט דעם לאַגער און איבערגעפֿלאַנצט דאָס אָרט מיט ביימער. זיי האָבן נישט געוואָלט איבערלאָזן קיין שום שפּורן פֿון זייערע מעשׂים.
דער ישׂראלדיקער אַרכעאָלאָג יורם חיימי האָט לעצטנס אַנטדעקט אויפֿן אָרט וווּ די ייִדישע פֿרויען און מיידלעך האָבן זיך געמוזט אויסטאָן און איבערלאָזן זייער צירונג, אַ מעדאַליאָן פֿון איינעם פֿון די קרבנות.
די דײַטשן האָבן צוגעזאָגט אַז אַלע זאַכן וועט מען די פֿרויען צוריקגעבן, אָבער צו ערשט דאַרפֿן זיי זיך וואַשן אין אַ טושבאָד.
אויפֿן דרײַעקיקן מעדאַליאָן איז אײַנגעקריצט געוואָרן די ברכה „מזל־טובֿ“, ווי אויך אַ דאַטע און אַן אָרט: פֿראַנקפֿורט בײַם טײַך מײַן, דער דריטער יולי 1929.
היות ווי אַ געוויסע קאַראָלינע כּהן, אַ געבוירענע דעם דריטן יולי 1929, איז דעפּאָרטירט געוואָרן פֿון פֿראַנקפֿורט, איז אַ סבֿרה אַז דאָס איז מסתּמא אירס אַ בת־מיצווה־מתּנה. אַנאַ פֿראַנק האָט געהאַט כּמעט אַן אידענטישן מעדאַליאָן.
דער ישׂראלדיקער אַרכעאָלאָג זוכט איצט מענטשן וואָס ווייסן אפֿשר עפּעס וועגן קאַראָלינע כּהן און איר משפּחה. זײַן בליצפּאָסט־אַדרעס איז: yoramhai@israantique.org.il.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.