פֿרײַטיק, דעם 27סטן יאַנואַר, אינעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־אָנדענק־טאָג, האָט די בוענאָס־אײַרעסער קהילה, צוזאַמען מיט דער שארית־הפּליטה, דורכגעפֿירט אַ הזכּרה בײַם מאָנומענט לזכּרון די אומגעקומענע פֿונעם אַטענטאַט אויף דער קהילה. דער װיצע־פּרעזידענט פֿון דער קהילה — טאָמי סאַיעג, און דיאַנאַ װאַנג פֿונעם צװייטן דור פֿון דער שארית־הפּילטה האָבן אָפּגעגעבן כּבֿוד די זעקס מיליאָן אומגעקומענע ברידער און שוועסטער, און רעציטירט אל מלא רחמים און אַ קאָלעקטיװן קדיש.
אין דער פּראָװינץ סאַנטאַ־פֿע האָט דער בירגערמײַסטער כאָסע קאָראַל אָנגעפֿירט מיט דער דערמאָנונג און געהאַלטן אַ רירנדיקע רעדע רופֿנדיק די מענטשהייט נישט צו פֿאַרגעסן די שוידערלעכע מאָמענטן װאָס דער אַזוי גערופֿענער „מענטש” האָט דערפֿירט צו דעם. עס האָבן אויך גענומען אַ װאָרט דער גובערנאַטאָר מיגעל ליפֿשיץ, אַ געבוירענער אין די קאָלאָניעס פֿון באַראָן הירש און דער נאַציאָנאַלער סעקרעטאַר פֿאַר מענטשנרעכט, קלאַודיאָ אַװרוך. די צערעמאָניע איז דורכגעפֿירט געװאָרן בײַם פּאַראַנאַ־טײַך. אין דעם פּאַרק און בײַם מאָנומענט װאָס טראָגט דעם נאָמען „צדיקי אומות העולם”, דער איינציקער אין לאַנד װאָס דערמאָנט אַ דרײַסיק נישט־ייִדישע מענער און פֿרויען װאָס האָבן ריזיקירט מיטן לעבן צו ראַטעװען ייִדן.
אין דער אַרגענטינער פּרעסע האָט מען אָפּגעגעבן אַ װיכטיק אָרט אַרטיקלען פֿון באַרימטע זשורנאַליסטן און יוריסטן װאָס האָבן אויף אַ װיסנאשאַפֿטלעכן און דידאַקטישן אופֿן אַנאַליזירט די געשעענישן פֿון דער צװייטער װעלט־מלחמה און גערופֿן נישט צו פֿאַרגעסן.
די זומער־פּראָגראַמען פֿונעם קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער קהילה ציִען צו אַ גרויסן עולם װאָס געניסט פֿון די אומזיסטע קורסן און ספּעקטאַקלען.
מיטװאָך, דעם 25סטן יאַנואַר האָט מען אין דעם ציקל „ייִדן אין טעאַטער” אָפּגעגעבן דער טעמע „מיוזיקאַלס אויף בראָדװיי — אַ ייִדישע ירושה”. מיט פֿילמען און רעקאָרדירונגען האָט דער לעקטאָר גאַסטאָן ברײַאַן אַנאַליזירט דעם ייִדישן בײַטראָג אין דער אַמעריקאַנער ספּעקטאַקל־אינדוסטריע.
שבת־צו־נאַכטס דעם 28סטן האָט דער ספּעקטאַקל „אָן גרענעצן” פֿירגעבראַכט אַ קאָנצערט פֿון געזאַנג, טענץ, ייִדישן פֿאָלקלאָר און טאַנגאָ װאָס יונגע קינסטלערס, אָנגעפֿירט פֿון דוד דײַאַמענט, האָבן ספּעציעל צוגעגרייט אין די דורכגעפֿירטע װאַרשטאַטן פֿון קולטור־דעפּאַרטאַמענט.
אין דער בוענאָס־אײַרעסער טעלעװיזיע װײַזט מען איצט אַ בראַזיליאַנער „זייף־אָפּערע” װוּ די צענטראַלע פֿיגור איז משה רבינו. װיכטיק איז בײַ זיי משה, דער מאַן, זײַנע שטרײַטן און ליבעס, און דער פּאָליטישער פֿירער פֿון אַ גרופּע רעװאָלוציאָנערן. איִן דעם ציקל „טעאַטער פֿאַר קינדער”, האָט מען געשפּילט די פּיעסע װאָס דער יונגער גאַסטאָן גליקשטיין האָט געשריבן, „משה, דער פּרינץ פֿון עגיפּטן”. דער הויכפּונקט פֿון דער פֿאָרשטעלונג: װען אַלע קינדער און די אַקטיאָרן האָבן, זינגענדיק די אויסגעלערנטע לידער פֿונעם ספּעקטאַקל, זיך צוגעגרייט צו יציאת־מצרים, און אַלע צוזאַמען אַריבערגעגאַנגען דעם ים־סוף — איבערן זאַל און פֿאָיע פֿונעם טעאַטער.
4 טעג נאָך דעם װי דאָנאַלד טראַמפּ איז געװאָרן דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, האָט די ספּעציאַליזירטע גרופּע פֿון דער פּאָליציי געמוזט רעװידירן דעם בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה איבער אַ טעלעפֿאָנישער דראָונג װעגן אַ מעגלעכן אַטאַק. דערנאָך האָט מען זיך גענומען צו דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע. נישט לאַנג צוריק האָט מען אויך געמוזט עװאַקויִרן די ישראלדיקע אַמבאַסאַדע אין מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.