װען איך האָב חתונה געהאַט האָב איך באַשלאָסן צו רעדן ייִדיש מיט די קינדער, און נישט נאָר ייִדיש, נאָר טאַקע ייִדיש מיט אַ „הײַמישן לשון,“ דאָס הײסט — דעם מאַנס חסידיש ייִדיש.
ס׳איז אַלץ געגאַנגען זייער גלאַטיק, װײַל איך האָב דורכן חתונה האָבן געירשנט דרײַ שטיפֿקינדער. װען איך האָב שפּעטער געבױרן מײַנע אײגענע קינדער איז ייִדיש שױן פֿון לאַנג געװען די שפּראַך פֿון שטוב.
בײַ ס׳רובֿ חסידישע משפּחות אין אַמעריקע (אַחוץ בײַ חב״ד) איז אַזאַ באַשלוס נישט קײַן שאלה. אין דעם צענזוס פֿון יאָר 2000, למשל, האָבן 90 פּראָצענט פֿון די משפּחות אין קירת־יואל געזאָגט אַז זײ רעדן ייִדיש אין דער הײם. איך בין אָבער אַ בעלת־תּשובֿה און מײַן מאַמע־לשון איז ענגליש. איך קען נישט ייִדיש פֿון דער הײם, נאָר פֿון קאָלדעדש און גראַדויִר־שול, װוּ איך האָב שטודירט ייִדיש־לימודים. ערבֿ מײַן חתונה איז מײַן ייִדיש געװען בלויז אַן אַקאַדעמישע און נאָך נישט פֿליסיק.
מײַנע שטיפֿקינדער זײַנען געװען ממש צדיקימלעך און האָבן קײן מאָל נישט חוזק געמאַכט פֿון מײַן ייִדיש. טאַקע דורכן רעדן מיט זײ האָט זיך מײַן ייִדיש „אױסגעהײַמישט‟ און געװאָרן גאַנץ פֿליסיק ביז מענטשן האָבן מער נישט געקענט כאַפּן אַז איך רעד נישט ייִדיש פֿון דער הײם. נישט אַז איך האָב קײן מאָל נישט גערעדט קײן ענגליש; פֿאַרקערט, מײַן מאַנס ענגליש האָט זיך זינט דער חתונה אָן אַ שיִער פֿאַרבעסערט! אָבער ייִדיש איז געװען די אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון שטוב און מיט דער צײַט האָבן די שטיפֿקינדער אַפֿילו אױפֿגעהערט צו ניצן באַזונדערע ענגלישע װערטער װאָס זענען פֿאַרשפּרײט צװישן חסידים, װײַל איך מיט מײַן מאַן זײַנען געװען מקפּיד צו רעדן אַ רײַנעם ייִדיש.
ביז איך האָב געשיקט מײַן ערשט קינד אין חדר אַרײַן…
פּלוצלינג האָב איך באַרמערקט אַז עס שמוגלען זיך בײַ אים אַרײַן כּלערלײ ענגלישע װערטער. האָב איך זיך געשטאַרקט און אים כּסדר אױסגעבעסערט ביז די קינדער האָבן זיך אױסגעלערנט אַז אין דער הײם רעדט מען ייִדיש — און נאָר ייִדיש.
פֿון צײַט צו צײַט האָב איך אַפֿילו באַמערקט װי די קינדער רעדן אַנדערש מיט מיר װי מיט אַנדערע קינדער. איין מאָל, למשל, האָט איינס פֿון מײַנע קינדער זיך געשפּילט מיט אַ חבֿר בײַ אונדז אין שטוב. מיט אַ מאָל רופֿט ער אויס צו מיר: „מאַמי, איך װיל מאַראַנצן־זאַפֿט!‟ תּיכּף ווענדט ער זיך צו זײַן חבֿר, פֿרעגנדיק: „װילסט אױך אָראַנדזש דזשוס?“
איך געדענק עד־היום װי עס האָט גענאָגט בײַ מיר אין האַרצן װען איך האָב געברענגט מײַן ייִנגסט קינד אין אַ חסידישן „פּלײגרופּ“, און די „טיטשער“ האָט אים געזאָגט: „טו אױס דײַן קאָוט.“
„טו אױס דײַן מאַנטל, שעפֿעלע,“ האָב איך געזאָגט אַ ביסל צו הױך און געגעבן צו פֿאַרשטײן דער לערערין: „מיר ניצן די עכטע װערטער אין דער הײם. עס קען זײַן אַז ער װעט נישט פֿאַרשטײן אױב דו זאָגסט ׳קאָוט׳.“
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר װאָס האָב איך זיך אַזױ אײַנגעעקשנט, אַז די קינדער זאָלן רעדן אַ „רײַנעם‟ ייִדיש? אױב איך האָב געװאָלט אַז זײ זאָלן רעדן אַ הײַמיש לשון איז דאָס הײַנטיקע טעג אַ לשון װאָס מישט אַרײַן כּפֿל־כּפֿלים ענגלישע װערטער. אפֿשר איז דאָס געווען די השפּעה פֿון די ייִדישיסטן צװישן װעלכע איך האָב זיך געדרײט אין גראַדויִר־שול? אפֿשר איז איבערגעבליבן אין מיר אַ קערנדל פֿאַרדראָס אױף די מענטשן װאָס װילן פֿאַרװאַנדלען אונדזער שײנע שפּראַך — די שפּראַך װאָס ייִדישע כּלל־טוערס האָבן געהאָרעוועט, מע זאָל װיסן אַז עס איז אַן אמתע שפּראַך מיט אַ הױכער ליטעראַטור — אין סתּם אַ זשאַרגאָן? ס׳איז מעגלעך. כאָטש איך בין נישט קײן לינגװיסט האַלט איך פֿאָרט פֿון דער נאָרמאַטיווער שיטה, װאָס האַלט פֿאַר הײליק אַז עס מוזן זײַן געוויסע סטאַנדאַרטן פֿון אַ שפּראַך. אפֿשר האָב איך פּשוט געפֿילט אַז די שפּראַך בײַט זיך צו שנעל ווײַל חסידישע מאַמעס רעדן אָפֿט מאָל פֿליסיקער ענגליש װי ייִדיש. מסתּמא איז דער תּירוץ געװען עפּעס אַ געמיש פֿון די אַלע סיבות צאַמגעמישט מיט אַן אידעאַליסטישער טענדענץ.
לעצטנס האָב איך אָבער אָנגעהויבן קלערן װעגן אַ צװײטן שפּראַך־ענין. װען מײַן עלטסט קינד איז געװען קלײן האָבן מײַנע נישט־חסידישע חבֿרים מיך געפֿרעגט אױב עס װאָלט מיר אָנגעגאַנגען אױב ער גייט נישט אין קאָלעדש. האָב איך מיט אַ שמייכל געענטפֿערט: „נײן.“ כ׳האָב זיך געפֿילט באַלײדיקט ווען איך האָב איין מאָל אונטערגעהערט װי מײַן מאַמע שושקעט צו מײַן שװעסטער: „אױב עפּעס געשעט צו מיר, מאַך זיכער אַז ער (מײַן קינד) זאָל גײן אין קאָלעדש.“ איך האָב שטענדיק געזאָגט אַז אױב מײַנע קינדער װעלן פֿון זײערט װעגן װעלן גײן אין קאָלעדש, װעל איך זאָגן „געזונטערהײט!“ און זײ שטיצן, אָבער שטופּן װעל איך זיי זיכער נישט. איך האָב ערנסט געגלײבט אַז עס איז נישט אַזױ שװער דורכצומאַכן אַ GED אױב מע שטודירט אַלײן און איך בין געװען טעאָרעטיש גרײט צו העלפֿן מײַנס אַ קינד אױב עס װאָלט אַ מאָל אױסגעפֿעלט. דערװײַל האָב איך זיך געמאַכט נישט־װיסנדיק פֿון דער מאַמעס געװאַלדן װעגן מײַן זונס „אימיגראַנטישן ענגליש.“
איך געדענק נישט פּינקטלעך װען ס׳איז געקומען דער „אַהאַ!‟ מאָמענט. מיר דאַכט זיך, װען מײַן זון האָט געדאַרפֿט רעדן ענגליש צו אײנעם װאָס האָט נישט גערעדט קײן ייִדיש און פּלוצלינג האָט מיר געגרילצט אין די אויערן זײַן ייִדישער סינטאַקס אױף ענגליש; װי ער האָט נישט געקענט איבערזעצן פּשוטע אויסדרוקן פֿון ייִדיש, און װי זײַן גאַנצער אַרױסרייד האָט טאַקע געקלונגען „אימיגראַנטיש.“ װי אַ שטײן פֿון הימל האָב איך אָנערקענט אַז מײַן קינד, װאָס איז געבױרן געוואָרן אין אַמעריקע און װאָס װערט אױפֿגעהאָדעװעט אין אַמעריקע, װעט ווי אַ דערװאַקסענער שטענדיק דאַרפֿן הערן די שאלה: „פֿון װאַנען ביסטו?“ עס קען זײַן אַז דער זעלבער חשק בײַ מיר פֿאַר אַ שײנעם ייִדיש איז אויך אמת װאָס שייך ענגליש. אױב איך וויל אַז די קינדער זאָלן נישט רעדן קײן צעבראָכן ייִדיש, דאַרפֿן זײ אױך נישט רעדן קײן צעבראָכן ענגליש.
און אַזוי איז טאַקע אײַנגעפֿירט געוואָרן דער „ענגליש־טאָג.“ יעדן זונטיק רעד איך (װען איך פֿאַרגעס נישט) נאָר ענגליש מיט די קינדער. דאָס ערשטע מאָל װאָס איך האָב געפּראַװעט דעם ענגליש־טאָג בין איך געװען מיט די קינדערלעך ערגעץ אױף אַ שפּאַציר. די קלענערע האָבן געמײנט אַז ס׳איז גאָר קאָמיש און האָבן פּרובירט צוריקצורעדן ענגליש. מײַן עלטסט קינד איז אָבער געװאָרן אַזױ אױפֿגערעגט אױף מיר אַז ער איז אַנטלאָפֿן און אַלײן אַהײמגעגאַנגען. מיט דער צײַט האָט ער זיך צוגעװױנט, אָבער ער ענטפֿערט מיר נאָך אַלץ אױף ייִדיש.
ביסלעכװײַז בין איך אױך געװאָרן אומצופֿרידן מיטן אופֿן ווי אַזוי מע לערנט די ענגלישע לימודים בכלל אין די הײמישע חדרים. כאָטש דער חדר װוּ מײַנע קינדער לערנען זיך האָט אײנעם פֿון די בעסערע ענגליש־אָפּטײלן, װעלן זײ זיך דאָרט קײן מאָל נישט לערנען קיין װיסנשאַפֿט, געשיכטע, ליטעראַטור; נאָר די ענגלישע שפּראַך און מאַטאַמאַטיק. (פֿון דער אַנדערער זײַט, בין איך געווען איבערראַשט און גאַנץ צופֿרידן וואָס מײַן זונס ענגליש־לערער האָט הײַיאָר גערעדט װעגן די פּרעזידענטישע װאַלן און אַ ביסל געלערנט װעגן די „ביל אָוו רײַטס‟, און וועגן דער בירגעררעכט־באַװעגונג.)
און נאָך אַ זאַך: דער שולטאָג איז אַזױ געפּאַקט מיטן לערנען תּורה אַז מײַן 10־יעריק קינד האָט כּמעט נישט קײן צײַט אין דער װאָכן זיך צו שפּילן. ער האָט אַ מאָל געװאָלט זיך לערנען האָלצאַרבעט און איך האָב אַפֿילו געשטעלט אַ רעקלאַמע אין די הײַמישע „קלאַסיפֿײַדס‟ אַז איך זוך אַ לערער. קײנער האָט זיך אָבער נישט אָפּגערופֿן. האָב איך געחלומט פֿון שיקן אים אויף קלאַסן אין אַן אַנדער געגנט, אָבער װען װאָלט ער דען געהאַט צײַט? ער קומט אַהײם 6 אַ זײגער און לערנט פֿאַר זײַן רציפֿות־פּראָגראַם (פֿרײַװיליק לערנען בײַ װעלכן אַ תּלמיד װערט געװײנטלעך באַלוינט מיט אַן עקסקורסיע אָדער אײַזקרעם), און דערצו דאַרף ער נאָך מאַכן די הײמאַרבעט…
איך װיל זיך איצט נישט נעמען צום גאַנצן ענין פֿון די ענגלישע לימודים אין די חסידישע חדרים, און איך בין דערװײַל נאָך נישט זיכער אױב איך װעל פּרובירן צו שאַפֿן עפּעס אַן „ענריטשמענט“ [באַרײַכערונג]־פּראָגראַם פֿאַר מײַן זון. איך װײס אָבער יאָ, אַז אױב ער װעט אַ מאָל װעלן דורכמאַכן אַ GED, אָדער שטודירן אױף אַ דיפּלאָם, װעט ער אי״ה עס קענען טאָן אױף אַ הײמישן ענגליש־לשון.
און װאָס װיל ער טאַקע טאָן װען ער װאַקסט אויס? דערװײַל װיל ער זײַן אַ בעל־הבית פֿון אַן אַקװאַריִום־געשעפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.