די האָלענדישע רעגירונג האָט אַלאָקירט מער ווי 8.5 מיליאָן דאָלאַר ווײַטער צו אַנטוויקלען אַ חורבן־מוזיי אין אַמסטערדאַם, ווי אויך אַ געדענקוואַנט נאָך די האָלענדישע קרבנות פֿונעם חורבן.
דער קאַבינעט פֿונעם פּרעמיער מאַרק רוטע האָט יענע וואָך געמאָלדן וועגן דער שטיץ פֿונעם מוזיי – צווישן די גרעסטע הוצאָות וואָס מ׳האָט זיך ווען אַ מאָל אין האָלאַנד אונטערגענומען פֿאַר חורבן־דערמאָנונג. דער סך־הכּל נעמט אַרײַן אַרום זעקס מיליאָן דאָלאַר פֿאַרן מוזיי גופֿא, און די איבעריקע בערך 2.5 מיליאָן דאָלאַר — פֿאַר אַ וואַנט וואָס זאָל טראָגן די נעמען פֿון די איבער 100,000 האָלענדישע ייִדן וואָס זענען אומגעקומען אינעם חורבן.
דער מוזיי האָט פֿאַר אַ יאָרן געעפֿנט די טירן אַ דאַנק אַ געלטשאַפֿערישער קאַמפּאַניע אָנגעפֿירט פֿונעם ייִדישן קולטור־קוואַרטל — אַ פּלאַטפֿאָרמע וואָס פֿאַרטרעט עטלעכע אינסטיטוציעס. לאַנסירט דעם מוזיי האָט מען דערווײַל מיט קונסטווערק און ווידעאָס; מע צילעוועט אָבער מיטן בליק אויף אויספֿאָרמירן די אויסשטעלונג אין אַן אינסטיטוציע וואָס זאָל זײַן גלײַך מיט די מער אײַנגעשטעלטע אייראָפּעיִשע מוזייען וואָס באַצייכענען דעם אָנדענק פֿונעם גענאָציד.
די נאַציס און אָרטיקע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן אויסגעהרגעט 75 פּראָצענט פֿון דער פֿאַרחורבנדיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין האָלאַנד פֿון 140,000 – די העכסטע שטאַרביקייט אין דער אָקופּירטער מערבֿ־אייראָפּע.
ס׳רובֿ פֿון די אַמאָליקע האָלענדישע ייִדן האָבן געוווינט אין אַמסטערדאַם, וואָס האָט שוין עטלעכע באַשיידענע מאָנומענטן אין זייער אָנדענק. מיט אַ יאָרצענדליק צוריק האָבן ייִדישע כּלל־טוערס גענומען פֿאָדערן אַ מער ממשותדיקן דענקמאָל; נאָך עטלעכע דיסקוסיעס האָט מען באַשטימט אַז מע זאָל איינעם אויפֿשטעלן אינעם געוועזענעם ייִדישן קוואַרטל, לעבן דעם חורבן־מוזיי. די שטאָט האָט פֿאַר אַ יאָרן אַפּראָבירט דעם פּראָיעקט, וואָס מע שאַצט אַז ס׳וועט אָפּקאָסטן קנאַפּע זיבן מיליאָן דאָלאַר.
דער אַרכיטעקט דניאל ליבעסקינד האָט אויספּלאַנירט דעם געדענקשטיין פֿון נעמען, וואָס באַשטייט פֿון אַ פֿילזײַטיקער שוואַרצער מירמעלנער וואַנט, מיט באַלײַכטונג פֿון אונטער דער ערד, אויף וועלכער מע וועט אויסגראַווירן די נעמען פֿון די קרבנות וואָס וועגן זיי ווייסט מען. אויפֿדעקן די וואַנט וועט מען אין אַ יאָר אַרום.
„דער מאָרד פֿון 102,000 האָלענדישע ייִדן, ציגײַנער און סינטי איז שווער צו באַנעמען“, האָט זיך וועגן די צוויי פּראָיעקטן אַרויסגעזאָגט מאַרטין פֿאָן רײַן, דער שטאַט־מיניסטער פֿון געזונט, פֿאַרזאָרג און ספּאָרט. „ס׳איז אונדזער אייביקער חיובֿ זיי צו געדענקען און דערמאָנען“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.