מאַמע־לשון האָט פֿאַרשיידענע טערמינען פֿאַר די ווערטער וואָס מע טאָר נישט אַרויסברענגען צווישן באַלעבאַטישע מענטשן: וווּלגאַר, געמיין, גראָב, מיאוס, אפֿשר אַפֿילו שמוציק. פֿאַראַן אויך דאַכטערמינען אַזוי ווי „ניבול־פּה“ און „יוונישע תּורה“.
אין ייִדישע קללות, ווידער, אַנדערש ווי אויף ענגליש, למשל, הערט מען זעלטן גראָבע ווערטער. אויב מע זאָגט אײַך „גייט אין דר׳ערד!‟ איז עס גראָב־יונגיש, אָבער יעדעס װאָרט באַזונדער איז „סאַלאָן־פֿעיִק‟.
אַ „גראָב“ קול איז, אָבער, אַ באַס, אַ זייער מענערשס. דערציילט מען וועגן איינעם אַ ייִדישן שרײַבער, אַז כאָטש ער איז געווען אַ געזונטער, ד״ה דיקלעך און שטאַרק, האָט ער, אָבער, געהאַט אַ דין, קוויטשיק קולכל, ווי בײַ אַ פֿרוי. גייט ער אַ מאָל אַרײַן אין אַ שענק און באַשטעלט מיט זײַן דין קולכל: „גיט זשע מיר אַ גלעזל ביר.‟ ענטפֿערט דער שענקער: „ר׳ ייִד, אפֿשר קענט איר רעדן גרעבער?‟ זאָגט ער מיט זײַן דין קולכל: „אַוודאי — קושט אין הינטן און גיט מיר אַ גלעזל ביר…‟
טשיקאַווע וואָס טייל פֿון די הײַנטיקע גראָבע ווערטער נעמען זיך גאָר פֿון לשון־קודש און זענען מסתּמא אַ מאָל געווען אייפֿעמיזמען. פֿאַראַן, אַ שטייגער, אַ סך באַלעבאַטישע סינאָנימען פֿאַרן מענטשלעכן הינטן: הינטערחלק, הינטערטייל, געזעס, זיצער, דיקפֿלייש, מחילה, זײַט־זשע־מוחל און נאָך. נאָר גראָד צוויי וואָס שטאַמען פֿון לשון־קודש, „אָחור“ און „תּחת“, זענען צווישן די נישט־שיינע ווערטער. אַזוי ווי ס׳ערשטע איז טײַטש „הינטן“ און ס׳צווייטע — „אונטן“ קען מען אָננעמען, אַז אַ מאָל זענען זיי יאָ געווען די „סאַלאָן־פֿעיִקע“.
אַזוי אויך „עינים“ פֿאַר „אויגן“, און „ידים“ פֿאַר „הענט“ — אפֿשר געווען אַ מאָל אייפֿעמיזמען, אָבער הײַנט האָבן „עינים“ און „ידים“ אַ טעם פֿון אומגעלומפּערטקייט [„טוט נאָר אַ קוק אויף יענע ידים!‟], בשעת „אויגן“ און „הענט“ זענען, פֿאַרשטייט זיך, אין גאַנצן נייטראַל. פֿאַראַן אַ ווערטל: „וואָס מע שעמט זיך צו זאָגן אויף ייִדיש — זאָגט מען אויף לשון־קודש“.
וועגן סעקסועלע אָרגאַנען איז אויך אַ מאָל נישט ניחא צו רעדן, וועלן מיר דאָ נישט אויסרעכענען די געמיינסטע טערמינען, נאָר זיך דווקא אָפּשטעלן אויף די שענערע. פֿאַרן מענערשן קען מען זאָגן, למשל, „אבֿר“, וואָס אין תּוך אַרײַן קען דאָס זײַן יעדער גליד פֿונעם גוף — דאָ איז ס׳לשון־קודשדיקע וואָרט יאָ ס׳שענערע. און „ביצים“ איז בדרך־כּלל באַלעבאַטישער פֿון „אייער“, נאָר בײַ טייל ייִדן איז פֿאַרקערט. ס׳איז אַפֿילו דערגאַנגען צו דעם, אַז די מסכתּא אין דער גמרא וואָס הייסט „ביצה“, מיט דינים וועגן יום־טובֿים, רעדט מען אַרויס „בייע“, ווײַל ס׳וואָרט איז שוין אויך געוואָרן וווּלגאַר.
וועגן די ווײַבערשע אָרגאַנען איז דאָ אַ לאַנגע רשימה סינאָנימען, וויל איך נאָר דערמאַָנען דאָס לומדישע „בית־הקיבול“ — וווּ דאָס וואָרט „קיבול“ איז טײַטש „אַרײַננעמען“.
פֿאַראַן, אָבער, װערטער װאָס װען מע װייסט זייער אָפּשטאַם װאָלט מען פֿון זײ געװײַכט. נאָר אַזוי װי מע װײסט נישט, גייט עס קיינעם (חוץ דעם שרײַבער פֿון די שורות) נישט אָן. אָבער טשיקאַװע איז עס.
נעמט אַזאַן אומשולדיק װאָרט װי „אַװאָקאַדאָ‟. װאָס איז עס דען? — אַ געװיקס װאָס זײַן פֿרוכט האָט מען זייער ליב צו עסן, בפֿרט אין דער פֿאָרעם פֿון גװאַקאַמאָלע. חוץ דעם דערמאָנט עס אינעם װאָרט „אַדװאָקאַט‟, אויף אַזוי װײַט, אַז אויף פֿראַנצייזיש טראָגן ביידע, סײַ דאָס געװיקס סײַ די פּראָפֿעסיע, דעם זעלביקן נאָמען: avocat. נאָר פּונקט מאַכט זיך, אַז אויף נאַהואַטל, דאָס לשון פֿון די אַזטעקן, איז ס׳װאָרט גאָר טײַטש „ביצה‟, װײַל אַזוי זעט אויס די פֿרוכט װען זי הענגט נאָך אויפֿן בוים. גיי װייס…
הײַנט „װאַניל‟: דאַכט זיך, נישט מיין װי אַ געװיקס װאָס זײַנע קערעלעך האָבן אַ געשמאַקן טעם. נאָר איר װייסט אַװדאי נישט, אַז כאָטש דאָס געװיקס שטאַמט פֿון מעקסיקע, פּונקט אַזוי ווי שאָקאָלאַד און אַוואָקאַדאָ, איז דער טערמין אַ לאַטײַניש־שטאַמיקער װאָס איז טײַטש „װײַבערשער סעקסועלער אָרגאַן‟. ווײַזט אויס, אַז די ערשטע שפּאַניער וואָס זיי האָבן געזען די קערעלעך האָבן דאָרטן דערזען אַן ענלעכקייט.
ס׳װאָרט „פּאָרצעלײַ‟ האָט אויך אַ, לאָמיר זאָגן, מאָדנעם אָפּשטאַם. דער ערשטער טייל, „פּאָרצ־“, איז טײַטש „חזיר“, אַזוי ווי ס׳ענגלישע pork; ס׳גאַנצע וואָרט פֿאַררופֿט זיך אויף דער אַנאַטאָמיע פֿון אַ ליאָכע, ד״ה, אַ זי פֿון אַ חזיר. לאָמיר בעסער נישט אַרײַנגיין אין קיין פּרטים…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.