דער רוסיש־ייִדישער שרײַבער װאַסילי (יוסף) גראָסמאַן (1905—1964) איז געװאָרןּ װעלט־באַרימט ערשט אַרום פֿופֿצן יאָר נאָך זײַן טױט, װען זײַן עפּישער ראָמאַן „לעבן און גורל” איז אַרױס אין אױסלאַנד אין 1980.
דער ראָמאַן האָט הינטער זיך אַ דראַמאַטישע געשיכטע. די כּתבֿ־ידן זײַנען קאָנפֿיסקירט געװאָרן דורך דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ, און בלױז אײן קאָפּיע איז בסוד פֿאַרבאַהאַלטן געװאָרן בײַ גראָסמאַנס אַ חבֿר, דעם דיכטער סעמיאָן ליפּקין. ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָט זיך ליפּקינען אײַנגעגעבן איבערצושמוגלען דעם כּתבֿ־יד פֿון העכער װי אײן טױזנט זײַטן קײן אױסלאַנד, און זינט דעם איז דאָס בוך געװאָרן אַ קלאַסיש װערק פֿון דער רוסישער ליטעראַטור.
עד־היום האָט מען געקענט די דאָזיקע געשיכטע דער עיקר לױט זכרונות פֿון ליפּקינען און אַ פּאָר אַנדערע פֿרײַנד פֿון גראָסמאַן. נאַטירלעך, זײַנען זכרונות בטבֿע ניט קײן פֿאַרלאָזלעכער מקור, בפֿרט אין אַזאַ פֿאַל װוּ מען האָט ניט קײן צוטריט צו אָפֿיציעלע דאָקומענטן. איצט האָבן זיך די מאָסקװער ליטעראַטור־פֿאָרשער דוד פֿעלדמאַן און יורי ביט־יונאַן אונטערגענומען אַ היסטאָרישע פֿאָרשונג פֿון דער געשיכטע אַרום דעם ראָמאַן. זײ באַטאָנען, אַז זײער אױפֿגאַבע איז אַנדערש װי בײַ די מעמואַריסטן. זײ זײַנען ניט אױסן צו שאַפֿן אַ נײַעם „גראָסמאַן־מיטאָס”, נאָר צו רעקאָנסטרויִרן, װי װײַט עס איז מעגלעך, די אומשטאַנדן פֿון די לעצטע יאָרן פֿון גראָסמאַנס לעבן.
גראָסמאַן האָט גענומען שרײַבן זײַן ראָמאַן אין די מיט־1950ער יאָרן, אין דער צײַט פֿון דער „אָדליגע” נאָך סטאַלינס טױט. צו יענער צײַט האָט ער זיך שױן קונה־שם געװען אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור מיט ראָמאַנען װעגן דער מלחמה, װאָס זײַנען אַרױסגעװאַקסן פֿון זײַן אַרבעט װי אַ פֿראָנט־קאָרעספּאָנדענט פֿון דער מיליטערישער צײַטונג „דער רױטער שטערן”. די ראָמאַנען זײַנען געװען קינסטלעריש געראָטן, אָבער אױך אידעאָלאָגיש אױסגעהאַלטן. די אַנטיסעמיטישע גזירות פֿון 1948—1953 האָבן אים קױם באַרירט, און גלײַך נאָך סטאַלינס טױט האָט גראָסמאַן װידער פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט צװישן די פּני פֿון דער סאָװעטישער ליטעראַטור.
אָבער אינעװײניק איז ער געװאָרן אַלץ מער אַנטױשט אין דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע און פּראַקטיק, בפֿרט װען מען האָט אַנטפּלעקט, הגם בלױז טײלװײַז, דעם שרעקלעכן אמת װעגן סטאַלינס טעראָר. גראָסמאַן איז געקומען צום אױספֿיר, אַז דער קאָמוניסטישער רעזשים און דער נאַציסטישער זײַנען בעצם ענלעך, און אײן זאַך װאָס זײ האָבן בשותּפֿות איז אַנטיסעמיטיזם. ער איז ניט געװען קײן היסטאָריקער אָדער פּאָליטאָלאָג, נאָר אַ שרײַבער, און ער האָט באַשלאָסן אױסצודריקן זײַנע מחשבֿות אין דער ליטעראַרישער פֿאָרם פֿונעם עפּישן ראָמאַן לױטן שניט פֿון לעװ טאָלסטויס „מלחמה און שלום”.
װען ער האָט געהאַלטּן בײַם פֿאַרענדיקן זײַן ראָמאַן אין 1959, האָט ער געשלאָסן אַ קאָנטראַקט פֿאַר זײַן פּובליקאַציע מיטן מאָסקװער ליטעראַרישן זשורנאַל „די פֿאָן” און אַפֿילו באַקומען אַ היפּשן אַװאַנס. אָבער װען די רעדאַקטאָרן האָבן איבערגעלײענט דעם כּתבֿ־יד, האָבן זײ זיך איבערגעשראָקן. עס האָט זיך אַרײַנגעמישט דער צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ און מען האָט צונױפֿגערופֿן אַ פֿאַרזאַמלונג אין דער רעדאַקציע, כּדי צו דערקלערן גראָסמאַנען, אַז זײַן ראָמאַן איז אַנטיסאָװעטיש און מען טאָר אים בשום־אופֿן ניט דרוקן.
גראָסמאַן האָט דאָס פֿאַרשטאַנען און איז אױף דער פֿאַרזאַמלונג ניט געקומען. מען האָט אים מודיע געװען דעם באַשלוס טעלעפֿאָניש, און אין אַ פּאָר חדשים אַרום זײַנען צו אים געקומען דרײַ אָפֿיצירן פֿון דער געהײם־פּאָליצײ און צוגענומען אַלע כּתבֿ־ידן, וואָס זיי האָבן דאָרט געפֿונען. גראָסמאַן האָט געפּרוּװט פּראָטעסטירן און אָנגעשריבן אַ בריװ אין דעם צענטראַל־קאָמיטעט. מען האָט אים אײַנגעלאַדן אױף אַ שמועס מיטן הױך־געשטעלטן באַאַמטן און געעצהט, ער זאָל פֿאַרגעסן אָן דעם ראָמאַן.
פֿעלדמאַן און ביט־יונאַן מאַכן אַ פּרוּװ זיך פֿאַנאַנדערצוקלײבן אין דער דאָזיקער געשיכטע מיט דער הילף פֿון די דאָקומענטן פֿון גראָסמאַנס „ענין” אינעם צענטראַל־קאָמיטעט. װײַזט אױס, אַז די פּאַרטײ האָט באַטראַכט דעם דאָזיקן ענין אױפֿן סאַמע שפּיציקן ניװאָ, און ניקיטאַ כרושטשאָװ אַלײן האָט זיך דערמיט אָפּגעגעבן פּערזענלעך. אַ סבֿרה, האָט מען מורא געהאַט, אַז עס װעט זיך איבערחזרן די מעשׂה מיט באָריס פּאַסטערנאַקס ראָמאַן „דאָקטאָר זשיװאַגאָ”, װאָס איז אַרױס אין אױסלאַנד און האָט גלײַך באַקומען דעם נאָבעל־פּריז. דער עיקר איז געװען ניט צו דערלאָזן אַ פּובליקאַציע פֿון גראָסמאַנס ראָמאַן אין אױסלאַנד. דערפֿאַר האָט מען גלײַך קאָנפֿיסקירט אַלע קאָפּיעס. אָבער מען האָט ניט געקענט זײַן זיכער, אַז קײן אַנדערע קאָפּיע איז ניט בנימצא ערגעץ־װוּ פֿאַרבאַהאַלטן. האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרזיכערן, אַז גראָסמאַן װעט זיך ניט דערװעגן צו לאָזן דרוקן זײַן ראָמאַן אין אױסלאַנד.
גראָסמאַן האָט בפֿירוש געזען װי מען האָט באַגאָסן מיט שמוץ פּאַסטערנאַקן פֿאַר „דאָקטאָר זשיװאַגאָ”. נאָך ערגער, איז ער אױך געװױר געװאָרן, אַז מען האָט אַרעסטירט זײַן קאָכאַנקע. חוץ דעם, איז ער ניט געװען אַזױ באַרימט אין מערבֿ װי פּאַסטערנאַק און ניט געהאַט דאָרט קײן קאָנטאַקטן. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט מען װײַטער אַרױסגעגעבן זײַנע ביכער און באַצאָלט האָנאָראַרן, בתּנאי, אַז ער זאָל פֿאַרגעסן אָן זײַן ראָמאַן. גראָסמאַן איז געװאָרן שטאַרק דענערװירט און געשטאָרבן פֿון ראַק אין אַ פּאָר יאָר אַרום אינעם עלטער פֿון 59 יאָר.
די סאָװעטישע מאַכט האָט דערגרײכט איר ציל. מען האָט דערשטיקט דעם סקאַנדאַל, און „לעבן און גורל” איז פֿאַרבליבן ניט־באַקאַנט ביז 1980. צו יענער צײַט איז זײַן פּאָליטישער עפֿעקט שױן ניט געװען אַזױ שטאַרק. פֿעלדמאַן און ביט־יונאַנס בוך אַנטפּלעקט די מעכאַניק פֿון דער סאָװעטישער פּאָליטיש־אידעאָלאָגישער מאַשין, כאָטש צומאָל זײַנען זײ צו קריטיש לגבי די גבֿית־עדותן פֿון יענער תּקופֿה. די זכרונות מעגן זײַן ניט פּינקטלעך אין פּרטים, אָבער זײ האָבן אָפּגעהיט די אַטמאָספֿער פֿון האָפֿענונג און שרעק פֿון יענער תּקופֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.