די ייִדן פֿון פֿריזלאַנד, אַ ראַיאָן אין צפֿון־האָלאַנד מיט זײַן אייגענער שפּראַך און טראַדיציעס, זענען ניט באַקאַנט פֿאַרן דערציילן מעשׂיות וואָס ענדיקן זיך צום גוטן. בעתן חורבן איז די ייִדישע קהילה, מיט אירע אוניקאַלע מינהגים און אייגנאַרטיקן דיאַלעקט פֿון מערבֿ־ייִדיש, פֿאַרטיליקיט געוואָרן. ס׳איז אַ בולטער בײַשפּיל פֿונעם אופֿן ווי אַזוי דער חורבן האָט אויף אייביק געביטן דעם האָלענדישן ייִדנטום.
אפֿשר דערפֿאַר הערט מען אַזוי פֿיל רעאַקציעס אין דער האָלענדישער מעדיע צו דעם פֿילם, וואָס מע האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט. דער פֿילם ווײַזט די חתונה פֿון אַ פֿריזלענדישן ייִדישן פּאָרפֿאָלק אין 1939. דער פֿילם — שוואַרץ־ווײַס און אָן קלאַנג — האָט מען טראַנסמיטירט אויף דער פֿריזלענדישער מלוכישער טעלעוויזיע ווי אַ טייל פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם געווידמעט דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אינעם ראַיאָן, און דעם 25סטן יאַנואַר האָט דער „פֿריזישער פֿילם־אַרכיוו‟ אים אַרויפֿגעשטעלט אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל. אין גיכן איז ער געוואָרן דער סאַמע־פּאָפּולערסטער ווידעאָ פֿון די לעצטע צוויי יאָר.
דער פֿילם איז ממש דער איינציקער וואָס ווײַזט דאָס פֿאַרמלחמדיקע פֿריזלענדיש־ייִדיש לעבן. אין האָלאַנד האָט מען לעצטנס אָנגעהויבן רעדן אַלץ מער און מער וועגן דעם חורבן. די סאַמע־פּאָפּולערסטע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אין האָלאַנד אין די לעצטע פּאָר יאָר זענען געווידמעט דעם חורבן און מע האָט פֿאַראַיאָרן געעפֿנט אַ נײַעם חורבן־מוזיי אין אַמסטערדאַם.
דער זיבן־מינוטיקער ווידעאָ — אַן אויסצוג פֿון אַ לענגערן פֿילם — ווײַזט ווי די כּלה, מימי דווינגער, פֿאָרט אין אַ בריטשקע מיט איר חתן, באַרענד באָערס. ס׳איז אַ זוניקער פֿרילינגס־טאָג און דאָס פּאָרפֿאָלק פֿאָרט פֿונעם ראָטהויז ביז דער שיל אין זייער היימשטאָט ליוּוואַרדען. אין דער שיל, אָנגעפּאַקט מיט געסט, דינט דער הויפּט־רבֿ פֿון פֿריזלאַנד אַבֿרהם שלמה לעוויסאָן ווי דער מסדר־קידושין. ער טראָגט אַ שוואַרצן הוט מיט זעקס זײַטן וואָס עס האָבן פּאָפּולאַריזירט די ייִדן פֿון פּאָרטוגאַל וואָס האָבן זיך באַזעצט אין האָלאַנד. דער רבֿ שמייכלט בעת ער שרײַבט אונטער די כּתובה.
נאָך דער חתונה פֿאָרט דאָס פּאָרפֿאָלק אויף אַ קבלת־פּנים אינעם כּשרן האָטעל „דער דײַטשישער אָדלער.‟ בײַם סוף פֿונעם פֿילם קושט באָערס זײַן כּלה אויפֿן שטערן.
גאָרניט אינעם פֿילם ווײַזט, אַז די וואָס זענען געקומען אויף דער חתונה האָבן געהאַט אַן אַנונג, אַז זייער וועלט וועט באַלד אונטערגיין. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט זיך אָנגעהויבן די דײַטשישע אָקופּאַציע. 75% פֿון די האָלענדישע ייִדן זענען דערמאָרדעט געוואָרן בעת דער מלחמה, דער העכסטער פּראָפּאָרץ אין מערבֿ־אייראָפּע.
די דרײַ קינדער פֿונעם פּאָרפֿאָלק האָבן דעם פֿילם אַנטדעקט אין 2008 אין זייער מאַמעס וואַליזקע נאָך דעם וואָס זי איז געשטאָרבן. לויט אַנדרע באָערס, אַ זון פֿונעם פּאָרפֿאָלק, האָבן ווייניקער ווי 10 פֿון זײַנע קרובֿים איבערגעלעבט די מלחמה פֿון אַ ריזיקער משפּחה וואָס איז באַשטאַנען פֿון העכער 100 מענטשן. זײַן זיידע משה פֿון דער מאַמעס צד, איז דערהרגעט געוואָרן אין 1943. דעם מת פֿונעם הויפּט־רבֿ שלמה לעווינסאָן, וואָס האָט מסדר־קידושין געווען אַנדרעס עלטערן, האָבן רוסישע סאָלדאַטן געפֿונען אין 1945 אינעם וואַגאָן פֿון אַ באַן אין מיזרח־אייראָפּע.
כאָטש מע וואָלט עס ניט געקענט וויסן פֿונעם פֿילם, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק נאָך פֿאַר דער חתונה שוין פּלאַנירט צו אַנטלויפֿן פֿון אייראָפּע. אין 1942 זענען זיי אַרויסגעפֿאָרן פֿון האָלאַנד דורך פֿראַנקרײַך, שפּאַניע און יאַמײַקע. באָערס האָט זיך אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון דער קאַנאַדישער אַרמיי, און געהאָלפֿן באַפֿרײַען זײַן היימלאַנד אין 1944 ווי אַ מיטגליד פֿון אַ ספּעציעלער איינהייט פֿון האָלענדישע פּליטים וואָס האָבן זיך באַזעצט אין קאַנאַדע. דאָס פּאָרפֿאָלק איז צוריקגעקומען קיין האָלאַנד, וווּ באָערס איז געשטאָרבן אין 1979. זײַן אלמנה מימי איז געשטאָרבן מיט 9 יאָר צוריק צו 90 יאָר, איבערלאָזנדיק דעם אוניקאַלן פֿילם.
בײַ די היסטאָריקער איז דער פֿילם אַ וויכטיקן געפֿינס. סידס וויערסמע, אַן אַרכיוויסט בײַם פֿריזלענדישן פֿילם־אַרכיוו האָט געזאָגט דער אָרטיקער טעלעוויזיע־סטאַנציע אַז „מיר זוכן שוין יאָרצענדליקער אַ פֿילם וואָס ווײַזט די אַמאָליקע ייִדישע קהילה אין פֿריזנלאַנד און אָט איז ער.‟
בײַ אַנדרע באָערס, וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, איז דער פֿילם ניט בלויז אַ היסטאָרישער חפֿץ, נאָר אַן אופֿן זיך צו דערוויסן מער וועגן זײַנע קרובֿים. „ס׳איז זייער אַ רירנדיקע געלעגנהייט צו זען מײַנע באָבע־זיידעס, מײַן עלטער־באָבע, מײַנע פֿעטערס, מומעס און אַ סך אַנדערע קרובֿים בלויז אַ פּאָר יאָר איידער ס׳רובֿ פֿון זיי זענען דערמאָרדעט געוואָרן דורך די נאַציס,‟ האָט ער לעצטנס געשריבן אויף „פֿייסבוק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.