גאָלגאָטע, דער נאָמען פֿונעם באַרג הינטער ירושלים וווּ מ׳האָט יעזוסן געקרייציקט, איז אַ לאַדינאָ־וואָרט וואָס איז טײַטש ׳לײַדן׳.
אַזאַ נאָמען טראָגט אויך אַ נײַע מיטרײַסנדיקע פּיעסע וואָס מ׳האָט לעצטנס אויפֿגעפֿירט אין דער שטאָט ניו־יאָרק. די פּיעסע, וואָס מע האָט אַראָפּגעבראַכט פֿון תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרנעמט זיך מיט דער ס׳רובֿ פֿאַרגעסענער און נישט־דערמאָנטער מערכה פֿון ספֿרדישע ייִדן בשעתן חורבן.
דער ישׂראלישער אַקטיאָר וויקטאָר אַטאַר שפּילט די ראָלע פֿון אַלבערט סאַלוואַדאָ, אַ לאַדינאָ־רעדנדיקער חורבן־געליטענער פֿון סאַלאָניקע, גריכנלאַנד. לויט אַ באַריכט אין Jewniverse, האָט דער אַקטיאָר, אין משך פֿון אַ קנאַפּער שעה, מיט ווייניק רעקוויזיטן — נאָר אַ פֿאָטעל, אַ גאַרדעראָב און אָן אַ שיעור אוזאָ (אַ גריכישע משקה) — בולט אויסגעדריקט סאַלוואַדאָס ווייטיקדיקע יסורים.
די פּיעסע קומט פֿאָר דעם טאָג איידער מע וועט סאַלוואַדאָן אָפּגעבן אַ גרויסן כּבֿוד. ער דאַרף אָנצינדן דעם שטורקאַץ פֿון דער יערלעכער חורבן־אַזכּרה אינעם מוזיי יד־ושם. פֿאַר סאַלוואַדאָן איז דאָס גאָר וויכטיק — אָבער דווקא די סימבאָלישע וויכטיקייט שאַפֿט אים ביטערע יסורים. נאָך דעם וואָס זײַן ווײַב און צוויי טעכטער זענען אומגעקומען אין אוישוויץ איז סאַלוואַדאָ באַשטימט געוואָרן ווי איינער פֿון די זאָנדערקאָמאַנדעס, די טויטלאַגעריסטן וואָס מע האָט צוגעטיילט דאָס אַחריות פֿון אַרויסשלעפּן די מתים פֿון די גאַזקאַמערן. ביזן הײַנטיקן טאָג, נאָך אַזוי פֿיל צענדליקער יאָרן — איז דאָס שולדגעפֿיל בײַ אים נישט פֿאַרמינערט געוואָרן.
צו מאָל ווערט „גאָלגאָטאַ‟ פֿאַרוואַנדלט אין אַ מולטימעדיאַ פֿאָרשטעלונג. אַ דאַנק אַטאַרס ענערגישער פֿאָרשטעלונג, דערלאַנגט די פּיעסע אַן עמאָציאָנעלן זעץ, בעת זי דערציילט וועגן אַ כּמעט־פֿאַרגעסענעם קאַפּיטל פֿון דער חורבן־געשיכטע. כאָטש זי האָט בלויז געשפּילט עטלעכע טעג אין ניו־יאָרק, וועט זי אין מאַרץ ממשיך זײַן די פֿאָרשטעלונג אינעם „צוותּה־טעאַטער‟ אין תּל־אָבֿיבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.