אַן ערך פֿיר הונדערט חסידים זענען געקומען אָפּמערקן דעם יאָרצײַט פֿונעם ערשטן לעלעווער צדיק, ר׳ דוד בידערמאַן.
לעלעוו איז גרויס ווי אַ גענעץ. עס וווינען דאָרט אַן ערך צוויי טויזנט מענטשן, נישט מער. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ המון פֿון פֿיר הונדערט חסידים אין אַזאַ פּיצל שטעטל איז נישט קיין קלייניקײט. דער רושם וואָס זיי מאַכן איז גרויס.
די פּוילישע טעלעוויזיע האָט זיך דערפֿאַר מטריח געווען קיין לעלעוו און גערעדט אויפֿן אָרט מיט קשישטאָף מאָלענדאַ, דער ראש פון דער לעלעווער גמינע. „מיר געדענקען — האָט מאָלענדאַ געזאָגט — אַז אַ מאָל זענען געווען מער ייִדן ווי פּאָליאַקן אין לעלעוו.‟
מאָלענדאַ פֿרייט זיך וואָס די חסידים קומען צו זײַן שטעטל. „מיר קענען הערן דאָס דאַווענען פֿון די חסידים, די מוזיק און די טענץ. מען קען פֿילן די אַטמאָספֿער פֿון אַמאָליקן, פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן. ס׳איז ממש פֿאַנטאַסטיש,‟ האָט ער געזאָגט.
אַ לעלעווער תּושבֿטע האָט באַטאָנט אַז פֿאַר איר זענען די חסידים אַ טייל פֿונעם שטעטל. גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער עס זעט אויס אַז די חסידים ברענגען אויך אַ שטיקל פּרנסה צו די אָרטיקע מענטשן. לעלעוו איז אַ פּיצל אָרט. ווער, חוץ אויסלענדישע חסידים, וואָלט געקומען פֿאַרברענגען עטלעכע טעג אין אַזאַ ווײַטן פּוילישן דאָרף?
אַבֿרהם שטערן, וואָס איז געווען אַ בן־דור פֿונעם לעלעווער, איז אויך געשטאָרבן אין חודש פֿעברואַר. דעם חודש מערקן מיר אָפּ זײַן 175סטן יאָרצײַט.
שטערן איז דער אור־זיידע פֿונעם גרויסן פּוילישן פּאָעט אַנטאָנין סלאָנימסקי, אָבער נישט צוליב דעם געדענקען מיר אים. פּוילן בכלל און פּוילנס ייִדן בפֿרט, גרייסן זיך מיט שטערנען ווײַל ער איז געווען איינער פֿון די פּיאָנערן אויפֿן געביט פון רעכן־מאַשינען אויף דער וועלט.
די פּוילישע נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטייען פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן כּסדר געטענהט אַז פּוילנס פֿאַרמעגן איז איר לאַנדווירטשאַפֿט. היות ווי דעם שטח פון די פֿעלדער און סעדער קען מען נישט פֿאַרגרעסערן, קענען די ייִדן נישט בלײַבן אין פּוילן. די ייִדן מערן זיך. דאָס לאַנד — נישט.
שטערן האָט אָבער געהאַלטן אַז רײַך ווערן נאָר מדינות, וווּ די טעכניק אַנטוויקלט זיך. מוח איז כּוח. דער מענטש איז פֿיזיש שוואַך אָבער גײַסטיק שטאַרק. דערפֿאַר דאַרף ער אויסטראַכטן מאַשינען וואָס זאָלן אַרבעטן פֿאַר אים — האָט שטערן געטענהט.
די מדינות וואָס פֿאַרשטייען דאָס נישט, וועלן גיין באַרג־אַראָפּ. מדינות וואָס פֿאַרשטיין עס יאָ, וועלן ווערן רײַך און מעכטיק.
עס זעט אויס אַז גערעכט איז געווען שטערן.
אַבֿרהם שטערן איז געבוירן געוואָרן אין ראָבשויוו (הרוביעשאָוו) אין יאָר 1769. טאַטע־מאַמע זענען געווען אָרעם און האָבן געשיקט דאָס ייִנגל אַרבעטן אַנשטאָט זיך לערנען אין אַ ישיבֿה, כּדי ער זאָל אַליין פֿאַרדינען פֿאַר זײַן חיונה.
שטערן איז געוואָרן א לערן־ייִנגל ביי אַ זייגערמאַכער און איז זייער שנעל געוואָרן א מײַסטער פֿון פֿײַנער מעכאַניק.
אַ דאַנק זײַן אַרבעט אויפֿן געביט פֿון רעכן־מאַשינען איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער פּוילישער געזעלשאַפֿט פֿאַר וויסנשאַפֿט.
שטערן איז געבליבן אַ פֿרומער ייִד און נישט פּראָבירט זיך צו אַסימילירן. ער האָט תּמיד געטראָגן אַ זײַדענע שוואַרצע יאַרמולקע אויפֿן קאָפּ און נישט געגאָלט זיין ברייטע באָרד. אַפֿילו ווען אַלע אַרום אים האָבן געטראָגן צילינדערס מיט פֿראַקן איז ער געבליבן געטרײַ זײַן לאַנגער ייִדישער קאַפּאָטע.
ער איז געבליבן אַ באַשיידענער ביזן סוף. מקבר האָט מען אים דווקא אינעם פּראַגער בית־עולם אין וואַרשע, צווישן פּראָסטע, אָרעמע ייִדן און נישט צווישן די מיוחסים אויפֿן אָקאָפּאָווער בית־עולם אין מיטן שטאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.