קאָנפֿערענץ אַנטפּלעקט פֿילפֿאַרביקע געשיכטע פֿון ייִדן אין אינדיע

Conference Reveals Distinctive History of Jews in India

אַ פּאַנעל אויף דער טעמע „היימלאַנד, מיגראַציע און גלות‟. רעכטס: ד״ר מרגית פֿראַנץ
מלך ווישוואַנאַט
אַ פּאַנעל אויף דער טעמע „היימלאַנד, מיגראַציע און גלות‟. רעכטס: ד״ר מרגית פֿראַנץ

פֿון מלך ווישוואַנאַט

Published February 15, 2017, issue of February 23, 2017.

אין ניו־דעלי, אינדיע, איז דעם 6־7טן פֿעברואַר פֿאָרגעקומען אַ פֿאַרכאַפּנדיקע קאָנפֿערענץ וועגן אינדישע ייִדן א״ט „שירי הודו“ („לידער פֿון אינדיע“), מיטן אונטערטיטל „הודו און די ייִדן“. דער נאָמען „הודו“ פֿאַררופֿט זיך דאָ אויף אינדיע.

די קאָנפֿערענץ איז געווען אַ וויכטיקע דערגרייכונג ווײַל דאָרט האָט מען זיך געקאָנט באַקענען מיט אַ נײַעם דור פֿאָרשער פֿון אינדאָ־ייִדישע שטודיעס, ווי אויך נײַע אויספֿאָרשונגען פֿון אַלטע דאָקומענטן און נײַע טעקסטן. דערבײַ האָט מען געקענט זען, אַז מע הייבט זיך שוין אָן צו דערווײַטערן פֿון דער ביז־איצטיקער טענדענץ אין דעם תּחום אָנצונעמען לעגענדעס פֿאַר היסטאָרישע פֿאַקטן.

שלוה וייל (ווײַל), פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט אַז נאָך עטלעכע יאָרצענדליקער באַטראַכט מען שוין מער נישט די אינדיש־ייִדישע קהילה ווי סתּם „עקזאָטיש“. צום באַדויערן דרוקט מען אָבער ווײַטער אין פּאָפּולערע אַמעריקאַנער ייִדישע זשורנאַלן אומפּינקטלעכע רעפּאָרטאַזשן וועגן די אינדישע ייִדן. לאָמיר האָפֿן, אַז די נײַע פֿאָרשאַרבעטן וועלן דערפֿירן צון אַ נײַעם דרך וואָס וועט אויפֿהערן צו ראָמאַנטיזירן די ייִדישע קהילה אין אינדיע.

אַ צווייטער פּאַנעל, „אויפֿהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה אין אינדיע‟. רעכטס: יעל סילימאַן. דריטער פֿון רעכטס: מ. וו. בידזשולאַל
מלך ווישוואַנאַט
אַ צווייטער פּאַנעל, „אויפֿהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה אין אינדיע‟. רעכטס: יעל סילימאַן. דריטער פֿון רעכטס: מ. וו. בידזשולאַל

איינער פֿון די נײַע יונגע אַקאַדעמיקער אויף דער קאָנפֿערענץ — נאַווראַס דזשאַאַט אַאַפֿרידי, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע אינעם פּרעסטיזשיקן פּרעזידענסי־אוניווערסיטעט אין קאָלקאַטאַ — אַרבעט שוין מער ווי אַ יאָרצענדליק אויף אינדישע און מוסולמענישע באַציִונגען צו די ייִדן, און פּרוּווט אומפֿאַרמאַטערלעך צו שאַפֿן דאָס פֿעלד פֿון ייִדישע און חורבן־שטודיעס אין אינדישע אוניווערסיטעטן. נישט קיין גרינגע עובֿדא, אַז מע נעמט אין אַכט דעם היסטאָרישן פֿאָראורטל מצד אינדישע פֿאָרשערס צו די אַראַבער, ווי אויך די אָפֿענע פֿײַנטלעכקייט (אַרײַנגערעכנט די חורבן־לייקענונג) מצד אַ גרויסן חלק פֿון דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג צו ייִדן און ישׂראלים, ווי אַ בײַפּראָדוקט פֿונעם פּאַלעסטינער ענין. די שוועריקייטן אין אַאַפֿרידיס אַרבעט האָט זיך בולט אָנגעוויזן, למשל, ווען ער האָט געשריבן אַן אַרטיקל אין אַ צײַטונג פֿון דער צפֿון־אינדישער שטאָט לוקנאָוו (The Lucknow Tribune, דעם 15טן דעצ׳ 2012) א״ט „ייִדן אין לוקנאָוו: מלווים און דער זייגער־מאַכער“ האָט דער רעדאַקטאָר צום אַרטיקל צוגעגעבן אַ קלאַסישע אַנטיסעמיטישע אילוסטראַציע פֿון אַ ייִד מיט אַן אָדלערנאָז!

פּראָפֿ׳ מנשה ענזי פֿון בן־גוריון־אוניווערסיטעט פֿאָרשט דעם צושטײַער פֿון תּימנער רבנים פֿונעם 18טן ביזן 20סטן יאָרהונדערט ווי אַ בריק צווישן רבנישן ייִדישקייט און אינדיש־ייִדישע קהילות, וואָס זענען דעמאָלט געווען גאַנץ איזאָלירט פֿון געשעענישן אין דער גרעסערער ייִדישער וועלט.

ד״ר מרגית פֿראַנץ פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט פֿאָרשט נײַע טעקסטן כּדי צו דאָקומענטירן דעם אָנקום אין אינדיע פֿון ‎דײַטש־רעדנדיקע פּליטים פֿונעם נאַציזם, אויפֿן סמך פֿון אַ פֿאָרשונג דורכגעפֿירט פֿון פּראָפֿ׳ וייל. געווען אַ וווּנדער זיך צו דערוויסן אַז מער ווי 5,000 דײַטש־רעדנדיקע פּליטים זענען אָפּגעווען אין אינדיע בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. כאָטש דער צוגאַנג פֿון דער בריטישער מלוכה און געוויסע סעקטאָרן פֿון אינדיע האָט שווערער געמאַכט זייער אָנקומען קיין אינדיע, איז ממש מערקווערדיק די עקסיסטענץ פֿון אַזאַ גרויסער אויסלענדישער ייִדישער קהילה אין אינדיע.

צוויי ישׂראלישע פֿאָרשערס האָבן זיך אויך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ. ד״ר שמעון לבֿ פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט האָט דערציילט וועגן די קולטורעלע און פּאָליטישע טרעפֿונגען צווישן ייִדן און אינדיער אינעם קאָנטעקסט פֿון זייערע נאַציאָנאַלע באַוועגונגען, אַרײַנגערעכנט די באַציִונג צווישן מאַהאַטמאַ גאַנדי און זײַנע ייִדישע אָנהענגערס.

פּראָפֿ׳ בועז הוס פֿון בן־גוריון־אוניווערסיטעט, וואָס שטודירט די ראָלע פֿון ייִדן אינעם קאָנטעקסט פֿון „ניו־איידזש“־באַוועגונגען אין אינדיע, האָט גערעדט וועגן ייִדישע אָנהענגערס פֿון טעאָסאָפֿיע (אַ מיסטישע פֿילאָסאָפֿיע) אין אינדיע.

אַ פֿרוי אין עולם, פּריִאַ סינג פּאָל, וואָס איר מאַמע איז געווען צווישן די אַשכּנזישע פּליטים אין אינדיע, פֿרעגט ווי אַזוי קען זי געפֿינען מער אינפֿאָרמאַציע וועגן משפּחות ווי אירע
מלך ווישוואַנאַט
אַ פֿרוי אין עולם, פּריִאַ סינג פּאָל, וואָס איר מאַמע איז געווען צווישן די אַשכּנזישע פּליטים אין אינדיע, פֿרעגט ווי אַזוי קען זי געפֿינען מער אינפֿאָרמאַציע וועגן משפּחות ווי אירע

אַרום פֿופֿציק רעפֿערענטן און באַטייליקטע זענען בײַגעווען אויף דער קאָנפֿערענץ. דאָס האָט אַרײַנגענומען אַרום דרײַסיק פּראָצענט ייִדן, לויט דער רעכענונג פֿונעם מחבר פֿון די שורות. אַזוי אַרום האָט עס רעפּרעזענטירט אַן אינטערעסאַנט געמיש פֿון פֿאָרשערס פֿון איבער גאַנץ אינדיע און דער וועלט.

די צערעמאָניע אויף דער עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ איז אויך געווען אינטערעסאַנט, בפֿרט דאָס אָנצינדן דעם טראַדיציאָנעלן לאָמפּ. געוויינלעך פֿירט מען דורך די טראַדיציע אין איינעם מיט אַ בילד פֿון דער געטין סאַראַסוואַטי אָדער אַן אַנדער גאָט, אָבער אויס דרך־ארץ צו די ייִדישע באַטייליקטע, האָט מען דאָס אויסגעלאָזט אויף דער קאָנפֿערענץ.

אַן אַנדער אינדישער עלעמענט איז געווען אַ פֿאָרשטעלונג פֿון קירטאַנס — אַ מוזיקאַליש געזאַנג, מיט אינסטרומענטאַלער באַלייטונג, פֿון לעגענדעס אָדער פּאָעמעס וואָס לויבן געוויינלעך הינדוסישע געטער. לויט דער פּראָפֿעסאָרשע וייל, האָט די בני־ישׂראל־קהילה אינעם נײַנצעטן יאָרהונדערט געשאַפֿן קירטאַנס אויף מאַראַטהי, זיי אַדורכגעפֿלאָכטן מיט לשון־קודש־ווערטער און תּנכישע פֿיגורן, און זיי געזונגען מיט הינדוסישע מעלאָדיעס, ווי אַ מיטל צו דערנענטערן דעם יונגן דור צום הויפּטשטראָם פֿון ייִדישקייט.

ס׳האָבן אויך אויפֿגעטראָטן באַקאַנטע אינדיש־ייִדישע אַרטיסטן ווי, למשל, סיאָנאַ בענדזשאַמין, אַ מאָלער וואָס האָט זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; שׂרה מנשה, אַן עטנאָמוזיקאָלאָג און שפּילער פֿון איראַקיש־ייִדישער מוזיק, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין באָמביי, אָבער וווינט איצט אין לאָנדאָן; און יעל סילימאַן — אַ שרײַבער, וואָס אַרבעט איצט אויפֿן שאַפֿן אַ דיגיטאַלישן אַרכיוו פֿון דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קאָלקאַטאַ.

ד״ר תּומר פּערסיקאָ, אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישע מעדיטאַמיעס, דערציילט וועגן זײַנע אייגענע איבערלעבונגען
מלך ווישוואַנאַט
ד״ר תּומר פּערסיקאָ, אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישע מעדיטאַמיעס, דערציילט וועגן זײַנע אייגענע איבערלעבונגען

ווי אַ טייל פֿון דער קאָנפֿערענץ וועט מען אַ חודש לאַנג קענען זען אַן אויסשטעלונג וועגן דעם צושטײַער פֿון ייִדן צו דער אינדישער קולטור. דאָס נעמט אַרײַן דאָס ווערק פֿונעם זאַמלער און היסטאָריקער קענעט ראָבינס. אויף דער אויסשטעלונג קען מען אויך געפֿינען די קאַליגראַפֿיע פֿון טאָפֿיק זאַקאַריאַ, אַ יונגער קעראַלער מוסולמענער, וואָס האָט זיך אַליין אויסגעלערנט די ייִדישע קאַליגראַפֿיע און גיט אָפּ אַ סך צײַט און מי בײַם רעפּראָדוצירן לשון־קודש־טעקסטן פֿון ייִדישע דאָקומענטן, מצבֿות און בנינים.

נאָענט צום סוף פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט דער אַקטיוויסט מ. וו. בידזשולאַל, וואָס שטרעבט אויסצומײַדן דאָס צעשטערן און פֿאַרוואַנדלען בית־עולמס און אַנדערע ייִדישע הייליקע ערטער אין מאַלאַ (אַן אַמאָליק ייִדיש שטעטל) אויף סעקולערע ערטער. מע דאַרף אָבער אַרויסהייבן, אַז דער אָ לאַנדפֿאַרכאַפּ קומט פֿאָר גיכער צוליב דעם וואָס ס׳איז דאָרט מער נישטאָ קיין ייִדישע קהילה, איידער חלילה צוליב אַנטיסעמיטיזם.

די צוקונפֿט פֿון דער אינדיש־ייִדישער קהילה, וואָס באַטרעפֿט הײַנט אַרום 4,000 נפֿשות (ס׳רובֿ פֿון זיי — פֿון די בני־ישׂראל) קער אפֿשר אויסזען אומזיכער. פֿונדעסטוועגן וועלן די נײַע באַוועגונגען צו דערנענטערן די אינדישע ייִדן צו ייִדישקייט, אין איינעם מיט די נײַע פֿאָרשונגען וועגן אינדישע ייִדן, פֿאַרזיכערן אַז מיר וועלן נאָך לאַנגע יאָרן הערן וועגן ייִדן און ייִדישקייט אין אינדיע.