כ׳בין לעצטנס געפֿאָרן צום ערשטן מאָל קײן קאַנאַדע, כּדי צו געבן אַ לעקציע וועגן דעם ייִדיש־לימוד אין יאַפּאַן און זיך צו טרעפֿן מיט אַנדערע קאָלעגעס.
איך הייס סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ. איך בין אַ פֿאָרשערין אין לינגוויסטיק און אַ ייִדיש־לערערין אין דעם טאָקיאָ־אוניװערסיטעט פֿאַר פֿרעמדע שפּראַכן, קורץ: TUFS. דער קלאַס האָט זיך געטראָפֿן איין מאָל אַ וואָך במשך דרײַ חדשים.
װען איך האָב אינעם ערשטן טאָג פֿונעם ייִדיש־קלאַס געעפֿנט די טיר פֿונעם קלאַסצימער, האָב איך דערזען 37 סטודענטן זיצן דאָרטן. מיר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז איך בין אַרײַנגעקומען אין אַ פֿאַלשן צימער, אָבער דאָס איז טאַקע געווען דער ייִדיש־קלאַס! איך האָב דעמאָלט געטראַכט, אַז אַזאַ אויסערגעוויינטלעכן „מאַסן‟־אינטערעס איז כּדאַי צו פֿאָרשן ווי אַ טעמע פֿאַר זיך.
מײַן פֿאָרשונג װעגן די סיבות פֿאַר װאָס יאַפּאַנישע סטודענטן וואָלטן געקומען אויף אַ ייִדיש־קלאַס האָב איך דורכגעפֿירט אונטער דער השפּעה פֿון פּראָפֿ׳ שיינטוכס פּובליקאַציעס אין 1976 און 1977. ער האָט געשריבן װעגן זײַנע ייִדיש־קלאַסן אין אַ גימנאַזיע אין ישׂראל, און פֿאַר װאָס די ישׂראלדיקע יונגע לײַט לערנען זיך ייִדיש. און איך האָב געמיינט אַז עס איז אויך אינטערעסאַנט צו פֿאָרשן פֿאַר וואָס נישט־ייִדן קלײַבן אויס ייִדיש פֿאַר אַ שפּראַך־לימוד.
אין דעם הײַנטיקן אַרטיקל וועל איך דערקלערן וועגן די אַנקעטעס װאָס איך האָב דורכגעפֿירט צווישן מײַנע סטודענטן, און וועגן װאָס מיר האָבן געלערנט אין קלאַס, דעם אויספֿיר, און לסוף — ווי מע קען פֿאַרבעסערן דעם ייִדיש־לימוד אין יאַפּאַן.
אין TUFS לערנען זיך סטודענטן פֿרעמדע שפּראַכן אויף אַ הויכן ניוואָ. נאָכן אוניווערסיטעט אַרבעטן זיי אין דער יאַפּאַנישער רעגירונג, אין פֿירמעס, NGOs, אויף אַקאַדעמישע געביטן און אַזױ װײַטער. ייִדיש איז דאָ אַן אָפּציאָנעלער קלאַס, אָבער 28 סטודענטן האָבן זיך צום סוף פֿאַרשריבן. אַלע זײַנען נישט־ייִדן אַחוץ אײנער וואָס איז געקומען פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה.
דער ציל פֿון דער פֿאָרשונג איז זיך צו דערוויסן, ווי מען קען סטימולירן מער יאַפּאַנער צום ייִדיש־לימוד. ווער וועט זיך פֿאַראינטערעסירן מיט ייִדיש? און וואָס וויל דער עולם וויסן? דער פֿאַקט וואָס גויים ווילן רעדן ייִדיש װעט אויך העלפֿן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש.
כּדי צו וויסן װער ס׳װעט קומען זיך לערנען ייִדיש און װאָס װילן די סטודענטן, האָב איך געמאַכט צוויי מאָל אַן אַנקעטע: צו ערשט, אויף דער פֿערטער סעסיע, און די צװײטע אַנקעטע — אויף דער לעצטער סעסיע.
אין דער ערשטער אַנקעטע האָב איך געפֿרעגט, װאָסערע שפּראַכן זײַנען זײערע הויפּט־לימוד־שפּראַכן, פֿאַר װאָס האָבן זײ אויסגעקליבן ייִדיש־קלאַסן, װאָס האָבן זײ געװאָלט זיך לערנען אין די קלאַסן און װאָס זענען זײערע חולמות פֿאַר דער צוקונפֿט.
איין סטודענקע האָט געזאָגט, אַז זי לערנט זיך דײַטש און האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער געשיכטע פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד. זי האָט געהערט װעגן ייִדיש פֿון אַ פֿרײַנד. זי װיל פֿאַרגלײַכן ייִדיש מיט דײַטש און זיך לערנען װעגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן. אין דער צוקונפֿט װיל זי אַרבעטן ווי אַן איבערזעצערין.
אַ צווייטע סטודענטקע לערנט זיך פּױליש. זי האָט זייער ליב „דער פֿידלער אױפֿן דאַך‟ און טראַכט אַז קולטורערע באַציִונגען צװישן פּױליש־רעדער און ייִדיש־רעדער זענען זײער נייטיק. זי וויל זיך לערנען נישט נאָר לאַטײַנישע אותיות, נאָר פֿאַרשײדענע אַלף־בֿיתן. זי װיל אויך קאָכן ייִדיש עסן און זיך לערנען גראַמאַטיק. אין דער צוקונפֿט װיל זי זײַן אַ לערערין פֿון יאַפּאַניש.
איין סטודענט לערנט זיך פּאָרטוגעזיש, אָבער װיל איבערראַשן זײַנע חבֿרים מיט ייִדיש. זײַנע חבֿרים װעלן זאָגן מיט סורפּריז: „ייִדיש!? װאָסער אַלף־בֿית איז דאָס?‟ און ער וועט עפּעס אָנשרײַבן פֿאַר זיי און זײ װעלן זאָגן: „אױ געװאַלד!!!‟ ער זאָגט אױך אַז דער נאָמען ייִדיש קלינגט אים פּשוט שײן. אין דער צוקונפֿט װיל ער מאַכן אַנדערע מענטשן שמײכלען, און ער װיל זײַן אַן ענגלישער דזשענטלמאַן.
ס׳רובֿ פֿון מײַנע סטודענטן לערנען זיך פּױליש, און אויפֿן צווייטן אָרט — דײַטש. עס זענען אויך געווען צװײ סטודענטן פֿון דײַטשלאַנד. אַנדערע לערנען זיך ענגליש, פֿראַנצײזיש, איטאַליעניש און רוסיש. און זיבן סטודענטן — פֿון פֿאַרשײדענע אַנדערע שפּראַכן.
אַ סך פֿון די סטודענטן זאָגן אַז זײ האָבן אויסגעקליבן אַ שפּראַך װאָס זײ קענען זיך לערנען נאָר איצט און נאָר דאָ, אין TUFS. אַ טײל לערנען זיך דאָ ייִדיש פּשוט װײַל זײערע חבֿרים זענען געקומען, אָדער ווײַל זיי האָבן אַמאָל געהאַט ייִדישע חבֿרים. די סטודענטן װאָס לערנען זיך פּױליש האָבן געהאַט געזען ייִדישע אויפֿשריפֿטן אױף מױערן אין קראָקע, און איצט װילן זיי צוריקפֿאָרן קײן קראָקע און לײענען װאָס ס׳איז געשריבן דאָרטן.
די סטודענטן װילן זיך אויך לערנען די ייִדישע קולטור, ווי צו פֿירן טאָג־טעגלעכע שמועסן און גראַמאַטיק. סטודענטן װאָס לערנען זיך דײַטש האָבן געװאָלט פֿאַרגלײַכן ייִדיש מיט דײַטש.
הייסט עס, אַ סך פֿון זײ פֿאַראינטערעסירן זיך מיט ייִדיש װײַל עס האָט אַ באַציִונג מיט זײערע פֿאַכן, און ייִדיש קען זיי העלפֿן צו פֿאַרשטײן זײער הױפּט־לימוד בעסער. דער אינטערעס צו ייִדן און זײער קולטור איז אויך געװען שטאַרק.
אין שײַכות מיט גראַמאַטיק האָב איך באַניצט פֿאַרשײדענע לערנביכער כּדי אויסצוגעפֿינען װאָס פּאַסט פֿאַר יאַפּאַנער, אָבער ס׳איז אָפֿט געװען מער פּאַסיק צוצוגרייטן מײַנע אייגענע בויגנס.
מיר האָבן זיך צוגעהערט צו ייִדישע לידער אויף יוטוב, און געזען פֿילמען. און מיר האָבן געקאָכט לאָקשן, לאַטקעס און צוגעגרייט ישׂראלדיקן סאַלאַט. דער ישׂראלדיקער סאַלאַט איז נישט קיין מיזרח־אײראָפּעיִש עסן אָבער די לערערין האָט עס געװאָלט עסן! און אַ סטודענט האָט דערציילט אַז ער האָט דאָס געגעסן אַ מאָל בײַ ייִדן אין אַמעריקע.
איין מאָל אין צווײ װאָכן האָבן מיר געמאַכט „סקײַפּ‟־טרעפֿונגען מיט בעלאַ בריקס־קלײן, פֿון דעם „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. די סטודענטן האָבן שטאַרק הנאה געהאַט. כ׳האָב געװאָלט רעדן מיט עמעצן אין קאַנאַדע אָדער אַמעריקע, אָבער אין דער צײַט ווען דער קלאַס האָט זיך געטראָפֿן — נאָך מיטאָג — איז שוין אין יענע לענדער געווען האַלבע נאַכט (צום באַדויערן). אין ישׂראל איז נאָך געווען אין דער פֿרי.
יעדער סטודענט האָט געדאַרפֿט מאַכן אַ פֿאָרשאַרבעט װעגן ייִדיש־רעדערס אָדער וועגן משפּחות פֿון ייִדיש־רעדערס אויף דער אינטערנעץ, און אַלע האָבן געמאַכט פּרעזענטאַציעס װעגן דעם.
װאָס האָבן די סטודענטן זיך אויסגעלערנט? מער װי אַ העלפֿט האָבן געשריבן, אַז זײ האָבן זיך איצט מער אַרײַנגעטראַכט אין דער טעמע, װאָס איז אַ שפּראַך? און אַנדערע האָבן געשריבן אַז זיי האָבן זיך אַ סך אויסגעלערנט װעגן מדינת־ישׂראל װײַל מיר האָבן געהערט, געזען און גערעדט וועגן דעם אין קלאַס.
אַ סך סטודענטן האָבן געזאָגט אַז זיי ווילן זיך לערנען ייִדיש ווײַטער, ווײַל דער ייִדיש־קלאַס איז געװען אין גאַנצן אַנדערש פֿון אַנדערע קלאַסן. אײנער האָט געזאָגט, אַז אויפֿן אוניװערסיטעט האָט ער קײן מאָל נישט גענומען אַ קלאַס װאָס איז 100 פּראָצענט אינטערעסאַנט, אָבער דער ייִדיש־קלאַס איז טאַקע געװען 100 פּראָצענט אינטערעסאַנט.
דער אוניװערסיטעט האָט לעצטנס באַשלאָסן ממשיך צו זײַן מיט דעם ייִדיש־קלאַס אויפֿן קומענדיקן יאָר. כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם קלאַס, וועט מען אָבער מוזן מאַכן אַ ייִדיש־לערנבוך פֿאַר יאַפּאַנער, וווּ מע וועט אויך דערקלערן די ייִדישע טראַדיציעס און רעליגיעזע ענינים ווי, למשל, שבת, כּשרות און אַזױ װײַטער, װײַל אַזוינע זאַכן זײַנען זײער שװער צו פֿאַרשטײן ווען מען איז נישט קיין ייִד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.