(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איינע פֿון די וויכטיקסטע מיצוות אין דער תּורה איז די תּשובֿה, און די מידת־הענווה אין דער שליסל צו עבֿודת־השם. אויב אַ ייִד האַלט זיך גרויס און מיינט, אַז זײַן פֿרומע דערציִונג גאַראַנטירט, אַז ער איז צווישן די אויסדערוויילטע יחידים, צוליב וועלכע די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן, קאָן ער, חלילה, פֿאַרוואַנלדען די ייִדישקייט גופֿא אין אַן עגאָיִסטישער עבֿודה־זרה.
מע קאָן זאָגן, אַז יתרו רעפּרעזענטירט אַ וויכטיקן יסוד, אויף וועלכן עס האַלט זיך די גאַנצע תּורה. כּדי מקיים צו זײַן די מיצוות און גלייבן ערנסט אינעם אייבערשטן מוז מען געדענקען, אַז דער שליסל צום ווערן אַ טייל פֿונעם „עם־סגולה‟ איז נישט דער ייִחוס אָדער דאָס מעכאַנישע פֿאָלגן די הלכה; דער עיקר איז דאָס באַשיידענע שטענדיקע שטרעבן צו ווערן אַ בעסערער מענטש.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז אַזאַ מענטש, וואָס וואַרפֿט אָפּ אַלע עבֿודה־זרות און לאָזט זיך צוליב עבֿודת־השם אינעם ווילדן מידבר, איינער פֿון די סאַמע ייִדישלעכע פּערסאָנאַזשן אין דער תּורה. דער בעל־שם־טובֿ האָט געוואָרנט, אַז אין יעדן מאָמענט, ווען מע פֿאַרגעסט אינעם אייבערשטן, הייבט מען שוין אָן דינען עבֿודה־זרה. ווען מע טראַכט יאָ וועגן רוחניות, מוז מען אין זינען האָבן, אַז אַלץ אין דער וועלט איז אַ געטלעכע אַנטפּלעקונג. דער רבונו־של־עולם איז נישט עפּעס אַ הימלישער „סופּערמאַן‟ — אַזאַ געדאַנק איז זיכער אַן עבֿודה־זרה — נאָר דאָס טיפֿע עצם פֿונעם גאַנצן וועזן.
אויב מע טוט מיצוות מיט גאווה אָדער סתּם ווי אַ מעכאַנישע רוטין, פֿאַלט מען ווידער אַרײַן אין דער פּאַסטקע. איינער פֿון די ערגסטע מינים צווישן די „באַהאַלטענע‟ עבֿודה־זרות איז די אויבערהאַנט־מענטאַליטעט, ווען די אויסדערוויילטע ראָלע פֿון עבֿודת־השם ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ תּירוץ צו קוקן אויף דער אַרומיקער וועלט מיט שׂינאה און פֿאַראַכט. אַחוץ דער סכּנה פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע און פֿאַרקריפּלטע סאָציאַלע באַציִונגען, קאָן אַזאַ וועלטבאַנעם ברענגען צו אַן עכטער געצן־דינערײַ; אַ בעל־גאווה דינט, חלילה, נאָר זיך אַליין.
כּדי מקיים צו זײַן די מיצוות ווי געהעריק, מוז מען געדענקען, אַז די מתּן־תּורה ווערט אַסאָציִיִרט דווקא מיטן געשטאַלט פֿון יתרו — אַ מענטש, וועלכער האָט אַלעמאָל געזוכט אמת און צום סוף געפֿונען. לויט די דערמאָנטע ווערטער פֿונעם בעל־שם־טובֿ זענען מיר אַרומגערינגלט מיט כּלערליי עבֿודה־זרות. צומאָל באַמערקן נישט אַפֿילו די פֿרימסטע ייִדן, נעבעך, אַז די תּאווה צו קריגן וואָס מער גשמיותדיקע גדולות, צו ווערן דער וויכטיקסטער אָנפֿירער אין דער קהילה אָדער צו באַרימען זיך מיט זעלטענע חומרות און טײַערע מלבושים, שמעקט מיטן קלאַסישן קולט פֿון גאָלדענע און זילבערנע געצן. אַזוי ווי יתרו, מוז יעדער שטרעבן אָפּצוּוואַרפֿן אַלע עבֿודה־זרות, אַרײַנגערעכנט עגאָיִסטישע תּאוות און פּוסטע אינטריגעס.
רבי אליהו בן־אמוזג, אַ מקובל און אַן אויסגעצייכנטער פֿילאָסאָפֿישער דענקער, דערקלערט אין זײַנע ספֿרים, אַז אין יעדער היסטאָרישער פּאַגאַנישער רעליגיע איז פֿאַראַן אַ קערנדל אמת. די אוראַלטע פֿעלקער האָבן אָנערקענט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון געטלעכקייט, אָבער האָבן געדינט יעדן פֿון זיי באַזונדערס. ווי געזאָגט, קאָנען אַפֿילו די תּורה און מיצוות פֿאַרוואַנדלט ווערן, חלילה, אין געצן־דינערײַ. דאָס פֿאַרקערטע איז אויך אמת: די אוראַלטע פֿעלקער האָבן געדינט פֿאַרשיידענע אָפּגעטער, ווײַל זיי האָבן געפֿילט אין אַ געוויסער מאָס דאָס עכטע רוחניות, וואָס שטעקט אין די כּוחות פֿון דער גשמיותדיקער נאַטור. מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז די אַמאָליקע עבֿודה־זרות זענען געווען בעסער, ווי די הײַנטיקע קולטן פֿון גשמיותדיקער קאָנקורענץ. לכל־הפּחות, האָבן די אוראַלטע געצן־דינער כאָטש געגלייבט, אויף זייער שטייגער, אין רוחניות.
די חז״ל זאָגן, אַז יתרו איז געווען גוט באַקאַנט מיט אַלע עבֿודה־זרות. ווען ער האָט זיי אָפּגעוואָרפֿן, האָט ער פֿאַראייניקט אין זײַן זין אַלע פֿראַגמענטן פֿון רוחניות, וואָס ער האָט געזאַמלט במשך פֿון זײַן פֿריִערדיקן לעבנס־וועג, אין איין גרויס בילד. זײַנע וועלט־ידיעות זענען געקומען צו נוץ לשם־שמים און אַפֿילו געוואָרן אַ טייל פֿון דער תּורה. אין אונדזער עבֿודת־התּשובֿה דאַרפֿן מיר אויך משתּדל זײַן אויסצונוצן די לימודים פֿון אַלע דערפֿאַרונגען און איבערלעבונגען צום גוטן. דווקא דעמאָלט, ווען מע שטרעבט סײַ צו ווערן אַ בעסערער מענטש, סײַ אָפּצולערנען עפּעס וויכטיקס אַפֿילו פֿון די טעותן און בילבולים, באַקומען מיר כּסדר פֿון ס׳נײַ „התּורה‟ (בגימטריא „יתרו”) — אונדזער אייגענעם, פּערזענלעך דורכגעטראָטענעם דרך־התּורה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.