אַמאָליקע אָלימפּישע גימנאַזיסטקע געווינט "ישׂראל־פּריז״ צו 96 יאָר

Former Olympic Gymnast Wins Israel Prize at 96

אַגנעס קעלעטי ווײַזט וואָס זי קען פֿאַר אַ גרופּע יונגע גימנאַסטקעס, דעם 16טן יאַנואַר 2016, אין אַ טרעניר־צענטער אין בודאַפּעשט, אונגערן
Getty Images
אַגנעס קעלעטי ווײַזט וואָס זי קען פֿאַר אַ גרופּע יונגע גימנאַסטקעס, דעם 16טן יאַנואַר 2016, אין אַ טרעניר־צענטער אין בודאַפּעשט, אונגערן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 17, 2017, issue of February 23, 2017.

די געוועזענע אָלימפּישע גימנאַזיסטקע און חורבן־געליטענע אַגנעס קעלעטי האָט צו 96 יאָר געוווּנען די ישׂראל־פּרעמיע אויפֿן פֿעלד פֿון ספּאָרט.

לויט אַ באַריכט אין „הארץ“ האָט דער פּרעמיר־קאָמיטעט געהאַט דערקלערט אַז קעלעטי איז „אַ יחיד־במינו, אַ מעכטיקע און געניאַלע פֿרוי, אַ פּיאָניר, אַ פֿירער און אַ ראָלמאָדעל, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע און לעבט דאָך צווישן אונדז.״

קעלעטי, אַ געבוירענע אין אונגערן, האָט עולה געווען אין 1957 און איז איינע פֿון די גרינדערס פֿונעם גימנאַסטיק־פֿעלד אין ישׂראל. פֿופֿציק יאָר לאַנג איז זי געווען אַ פֿירער אויפֿן תּחום און אויסטרענירט עטלעכע דורות גימנאַסטן און טשעמפּיאָנען.

אַ געבוירענע אין בודאַפּעשט אין 1921 האָט קעלעטי אָנגעהויבן פּראַקטיצירן שווימען און גימנאַסטיק צו פֿיר יאָר, אָבער האָט ערנצט אָנגעהויבן זיך טרענירן ערשט צו זעכצן יאָר.

דעם חורבן האָט זי איבערגעלעבט מיט דער הילף פֿון געפֿעלשטע דאָקומענטן און אַן אַליאַס, און האָט געאַרבעט סײַ ווי אַ דינסט אין דער פּראָווינץ סײַ ווי אַ פֿאַבריק־אַרבעטער. איר מאַמע און שוועסטער זענען געראַטעוועט געוואָרן דורך דעם שוועדישן דיפּלאָמאַט ראַול וואַלענבערג, איינעם פֿון די חסידי־אומות־העולם. איר טאַטע, מומעס און פֿאַרצווײַגטע משפּחה זענען אָבער אַלע אומגעקומען אין אוישוויץ.

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זי, צו 24 יאָר, פֿון ס׳נײַ אָנגעהויבן זיך טרענירן און האָט אין 1946 געוווּנען דעם טיטל „טשעמפּיאָן פֿון אונגערן“ פֿאַר גימנאַסטיק. זי האָט געהאַלטן דעם טיטל צען יאָר כּסדר ביז 1956.

אָלימפּישע מעדאַלן האָט זי געוווּנען סך־הכּל צען: פֿיר אין דער העלסינקי־אָלימפּיאַדע אין 1952, און נאָך זעקס אין דער מעלבורן־אָלימפּיאַדע אין 1956. זי האָט אויך געוווּנען דרײַ מעדאַלן אינעם גימנאַסטיק־וועלט־טשעמפּיאָנאַט אין 1954.

אַ דאַנק אירע צען אָלימפּישע מעדאַלן ווערט זי פֿאַררעכנט אין דער צענטער מדרגה פֿון אָלימפּישע גימנאַסטן פֿון אַלע צײַטן.