מינאַ הורוויץ איז שוין א „יונגע” באָבע מיט, קיין עין־הרע, זיבן אייניקלעך. זי וווינט אין אשקלון און שרײַבט פּאָעזיע אויף העברעיִש.
איין מאָל האָט זי אין שטוב געפֿונען אַ בוך ייִדישע לידער, „שאָטן און ליכט‟, אָנגעשריבן פֿון איר פֿאָטער שלמה קאַזימיראָווסקי, וואָס איז געהאַט ניפֿטר געוואָרן אין 1993. זי האָט שטאַרק געוואָלט וויסן וואָס עס שטייט אין די לידער, אָבער איר ייִדיש איז זייער שוואַך. האָט זי באַשלאָסן אויסצוזוכן אַ מענטש וואָס קאָן איבערזעצן די לידער אויף העברעיִש.
ווען זי האָט זיך באַקענט מיט טובֿה (גיטל) רעשטיק־דאַווידזאָן — אַ פֿרוי וואָס איז לעצטנס געוואָרן זייער איבערגעגעבן צו דער ייִדישער שפּראַך — האָט מינאַ איר דערציילט וועגן איר פֿאָטערס לידער, זײַן לעבן, און איר קינדהייט. טובֿה האָט, אַ באַגײַסטערטע, מסכּים געווען צו העלפֿן איר איבערזעצן די לידער.
זיי האָבן זיך גענומען צו דער אַרבעט און איבערגעזעצט אַ היפּשע צאָל לידער. מינאַ טראַכט אפֿילו אַרויסצוגעבן די איבערזעצונגען אין בוכפֿאָרעם כּדי די משפּחה און אַנדערע לייענער זאָלן זיך באַקענען מיט איר טאַטנס אייגנאַרטיקע שאַפֿונגען. מינאַ איז פּעדאַנטיש בײַם אָפּהיטן אויף העברעיִש די פּראָזאָדיע און גראַמען פֿון מקור און ס׳איז איר טאַקע געלונגען. די גראַמען און סטראָפֿעס־געבוי זענען מסתּמא אויך זייער פּאַסיק פֿאַרן שאַפֿן פֿאַר זיי מוזיק. צוליב דעם וואָס דער „איך” פֿון פּאָעט שטייט אין סאַמע צענטער פֿון זײַנע איבערלעבונגען, קאָן מען זיך משער זײַן אַז אין דער צוקונפֿט וועלן מוזיקערס זיך פֿאַראינטערעסירן אין אַזעלכע טעקסטן.
און אַזוי גייען ווײַטער אָן זייערע טרעפֿונגען פֿון וואָך צו וואָך. מינאַ קלײַבט אויס די לידער, טובֿה זעצט זיי איבער. פֿון מאָל צו מאָל אַמפּערט מען זיך, מ׳פֿאַרעקשנט זיך אויף ניואַנסן ביז מען דערגייט צו דעם ענדלעכען איבערגעזעצטן נוסח.
„בײַם איבערזעצן אויף העברעיִש באַרײַכערט עס מײַן אייגענעם ייִדישן וואָקאַבולאַר — האָט טובֿה געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟ — ווײַל די פּאָעטישע שפּראַך פֿון מחבר איז טאַקע אַ רײַכע.‟
אָט איז אַן אויסצוג פֿון קאַזימיראָווסקיס ליד „מײַן מעזינקע‟, געווידמעט דער טאָכטער מינאַן:
אַוועקגענומען ז’אויך שוין מײַן מעזינקע
ווי קאָן איך שוין אַ לאַך טאָן און זיך פֿרייען?
איך הער נאָך, דוכט, איר שפּילנדיק און זינגען —
די טענער ווי פֿון ווײַט זיי דערגייען.
„אין זײַנע לידער דריקט מײַן פֿאָטער אויס זײַן ליבשאַפֿט צו מיר און צו מײַן ברודער פּיניע, געפֿילן און אויסדרוקן וואָס אין טאָגטעגלעכן לעבן האָבן מיר ניט זוכה געווען צו הערן און אָפּצושאַצן,‟ האָט מינאַ באַמערקט.
שלמה קאַזימיראָווסקי איז געבוירן אין 1909 אין ווילנע, איינער פֿון זיבן קינדער אין אַ פֿרומער משפּחה. צוליב די געשפּאַנטע באַציִונגען צווישן שלמהן און זײַן מוטער האָט מען אים געשיקט לערנען אין אַ ישיבֿה, ווײַט פֿון שטוב. שלמה האָט ניט לאַנג אָנגעהאַלטן ווי אַ ישיבה־בחור און איז אַוועק לערנען אַ פֿאַך. ער האָט חתונה געהאַט, געהאַט אַ קינד, און בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ער מאָביליזירט געוואָרן אין דער רויטער אַרמיי. כּדי אויסמײַדן געשיקט צו ווערן אויפֿן פֿראָנט האָט ער דעזערטירט און זיך אויסבאַהאַלטן אין די וועלדער וווּ ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט די פּאַרטיזאַנער. צוויי יאָר שפּעטער, בײַם סוף פֿון קריג, האָט ער זיך אומגעקערט אַהיים און דאָרט געפֿונען זײַן פֿרוי, וועלכע האָט אויף אים ניט געוואַרט און איז שוין געווען פֿאַרבונדן מיט אַ צווייטן מאַן.
שפּעטער האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן צוקונפֿטיקער פֿרוי, נעסיע, אויך אַ ליטוואַטשקע. צוליב דעם וואָס ער איז געווען אַ פּוילישער בירגער האָבן זיי געמוזט חתונה האָבן אויף אַ פֿיקטיוון אופֿן און מיט פֿאַלשע נעמען זענען זיי מיט דער אומלעגאַלער עליה אָנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל, מיט דער שיף „עקסאָדוס‟ — יציאת אייראָפּע תש״ז. די ענגלענדער האָבן זיי צוריקגעשיקט קיין דײַטשלאַנד, אָבער אין 1948, מיט דער אַנשטייונג פֿון דער מדינה, זענען זיי אָנגעקומען אין לאַנד. אין זעלבן יאָר איז אויך געבוירן געוואָרן מינאַס ברודער, פּנחס. געצויגן זײַן חיונה האָט קאַזימיראָווסקי ווי אַן אָנגעשטעלטער אין דער פּאָסט־צענטראַלע אין תּל־אָבֿיבֿ. זײַן בוך „שאָטן און ליכט” (558 זייטן) איז דערשינען אין פֿאַרלאַג „נײַ לעבן‟ אין תּל־אָבֿיבֿ.
אויף דער פֿראַגע, וואָס האָט טובֿה זיך שפּראַכלעך אויסגעלערנט דורכן איבערזעצן די לידער, האָט זי געגעבן אַ בײַשפּיל: „ס׳איז פֿאַראַן אַ ליד וואָס שפּיגלט אָפּ די בענקשאַפֿט צו דער מוטער און דער אַמאָליקער וועלט. דאָרט זענען פֿאַראַן ווערטער פֿון קיך־וואָקאַבולאַר ווי, למשל, דייזשע און ראָשטשינע, וואָס כ׳האָב קיין מאָל ניט געהערט. ס׳איז אַפֿילו פֿאַראַן אַ ליד וואָס הייסט ‘די מאַמע בײַ דער דייזשע’.‟
„אַזוינע לידער פֿאַרטיפֿן מײַן פֿאַרבינדקייט צו דער ייִדישער קולטור־ירושׁה, צו אַ וועלט וואָס איז, צוליבן חורבן, מער ניטאָ. עס פֿאַרשאַרפֿט מײַנע אייגענע חושים און באַוווּסטזײַן, ווײַל איך בין אַליין אַ טאָכטער פֿון געראַטעוועטע עלטערן,‟ האָט טובֿה געזאָגט.
דער ערשטער טייל פֿון בוך, „היימלאַנד‟, באַהאַנדלט די ישׂראל־טעמאַטיק. כּמעט אַלע ייִדישע פּאָעטן אין ישׂראל, קאָן מען זאָגן, האָבן אין אַ געוויסער מאָס באַזונגען ס׳נײַע לאַנד, זײַנע פּייסאַזשן, קאַמפֿן און ניסימדיקער אויפֿקום.
ווען כ׳זע אין דער צײַטונג נאָך גלײַך פֿון באַגין,
די שמעונס און אוריס געפֿאַלן אין דינסט,
צעריסן דורך מינעס, קאַטיושעס, אַ הויז,
פֿון וועלכן געבליבן אַ דעכל איז בלויז —
פֿאַר איינציקן חטא נאָר, פֿאַר איינציק באַגער,
וואָס וואַנדערן כ׳וויל ניט פֿון נעסט מײַנעם מער,
נאָר כ׳וועל זיך ניט רירן — אָט דאָ בלײַב איך שטיין,
אָט דאָ איז מײַן לאַנד און אָט דאָ איז מײַן היים!
אַנדערע טיילן זענען מער ליריש און עס קומט אין זיי אָפֿט אַרויס קאַזימיראָווסקיס ביטערקייט צוליב זײַן ליבע־אַנטוישונג. עס זענען אָבער אויך פֿאַראַן לידער מיט לעבנס־פֿרייד און שטרעבונג צו פֿרײַהייט און גליק ווי, למשל, אין דעם פֿראַגמענט פֿונעם ליד „טאַנגאָ‟:
אין דופֿטיקער זאָנע,
אַ טאַנגאָ באַנאַנד,
אַ נײַע נשמה —
אין מיר האָט פֿאַרפֿלאַנצט.
אויף בערגל דעם שטילן,
מיט רויזן באַדעקט,
האָט ווידער אַ ווילן
צום לעבן געוועקט.
דער לעצטער טייל פֿון בוך אַנטהאַלט 17 משלים. דער דאָזיקער זשאַנער האָט אָפֿט מאָל צוגעצויגן פֿאַרשיידענע ייִדישע שרײַבער און שלמה קאַזימיראָווסקי האָט אין זײַנע משלים געקאָנט אויסדריקן מער מאָראַלישע און פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען, ווי מע קען בולט זען אין אָט דעם פֿראַגמענט פֿון „מחלוקת אין טאָפּ‟:
אַ ציבל, אַ בולבע און גרויפּן,
אַ פּעטרישקע, סעלערין קאָפּ,
צוויי מערן, מיט אַרבעס אַ הויפֿן
ז׳געלעגן צוזאַמען אין טאָפּ.
כּל־זמן ס׳האָט אין אים ניט געזאָטן
גערוט האָבן אַלע בײַם דעק,
ווי נאָר זיך מיט היץ אָנגעלאָדן,
מחלוקת בײַ זיי ט׳זיך צעוועקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.