עס פֿאַלט אויס אין די טעג דער צענטער יאָרצײַט פֿונעם גרויסן ייִדישן לינגוויסט מרדכי שעכטער ז״ל, וואָס האָט געשפּילט אַן עיקרדיקע ראָלע אין דער ייִדיש־וועלט נאָכן חורבן, סײַ ווי אַ פּראָפֿעסאָר וואָס האָט געלערנט ממש טויזנטער סטודענטן און אַרויסגעגעבן וויכטיקע פֿאָרש־אַרבעטן און לעקסיקאָגראַפֿישע ווערק, סײַ ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער און וועגווײַזער פֿאַר צוויי דורות ייִדישיסטן.
אַחוץ זײַן פּראָפֿעסיאָנעלער אַרבעט ווי אַ לינגוויסט און זײַן שליחות ווי אַ מין „רבי‟ פֿון די ייִדישיסטן, האָט ד״ר שעכטער אויך שטאַרק משפּיע געווען אויף דער ייִדיש־וועלט דורך זײַן פּערזענלעכן לעבן. זײַן שיטה פֿון רעדן אויסשליסלעך ייִדיש מיט זײַנע קינדער און אייניקלעך האָט פֿאַרזיכערט, אַז ייִדיש זאָל בלײַבן בײַ זײַנע קרובֿים אַ מאַמע־לשון. די דאָזיקע שיטה האָט אויך אינספּירירט אַ ריי אַנדערע משפּחות אויפֿצוהאָדעווען זייערע קינדער אויף ייִדיש אויף אַזוי ווײַט, אַז ס׳איז ניט קיין גוזמא צו זאָגן, אַז אָן ד׳׳ר שעכטערס עקשנות און איבערגעגעבנקייט בײַם רעדן מיט זײַנע אייגענע קינדער ייִדיש, וואָלטן ס׳רובֿ פֿון די יונגע־לײַט מחוץ דער חסידישער וועלט וואָס קענען הײַנט ייִדיש נישט געקענט די שפּראַך בכלל.
די פּרות פֿון ד״ר שעכטערס שטרעבונגען זעט מען, למשל, אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ וווּ זײַנע אייניקלעך און די קינדער פֿון זײַנע סטודענטן רעדן צווישן זיך ייִדיש. מע זעט עס אויך אינעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟; אינעם נײַעם אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך (רעדאַקטירט דורך זײַן טאָכטער גיטל־שעכטער ווישוואַנאַט און זײַן לינגוויסטישן פּראָטאָזשע און נאָענטן חבֿר ד״ר הערשל גלעזער), אין זײַן זון בנימין שעכטערס אַרבעט מיטן „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקס־כאָר‟ און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, דורך דער אַרבעט פֿון זײַן טאָכטער שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרשע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.
לזכר זײַן יאָרצײַט האָט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ לעצטנס פֿאַרשפּרייט אויף „פֿייסבוק‟ אויסצוגן פֿון אינטערוויוען, אין וועלכע מענטשן רעדן וועגן ד״ר שעכטערס השפּעה אויף זייער לעבן און קאַריערע. אויבן דערקלערט ד׳׳ר הערשל גלעזער וועגן זײַנע יאָרן פֿון זײַן צוזאַמענאַרבעט מיט ד׳׳ר שעכטערן אויף זײַנע לינגוויסטישע פֿאָרשאַרבעטן און ווי אַזוי ער האָט פֿאַרענדיקט אַ טייל פֿון ד״ר שעכטערס ווערק. ד׳׳ר שעכטער באַצייכנט ער, פּראָסט־און־פּשוט, ווי אַן „אַקאַדעמיע פֿאַר זיך‟.
אָט דערציילט ד״ר שלום בערגער וועגן דעם ערשטן מאָל וואָס ער האָט זיך געטראָפֿן מיט ד״ר שעכטער.
ד״ר שלום בערגער דערציילט וועגן זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ סטודענט פֿון ד״ר שעכטער און דערמאָנט זײַן פּראָפֿעסאָרס חוש פֿאַר הומאָר.
אָט דערקלערט ד״ר סטעפֿאַן קראָג וועגן זײַנע איבערלעבענישן בײַם באַזוכן ד״ר שעכטערס הויז.
לאַנג איידער ער האָט אָנגעשריבן זײַן אייגן לערנבוך „ייִדיש צוויי‟, האָט ד״ר שעכטער זיך באַנוצט מיט אוריאל ווײַנרײַכס „קאַלעדזש־ייִדיש‟. אָט קען מען הערן אַן אינטערוויו מיט ד״ר שעכטער פֿון 1964 אין וועלכן ער דערקלערט שעפֿטל זאַק די וויכטיקייט פֿונעם בוך אין יענע יאָרן און וועגן די סטודענטן וואָס האָבן עס אויסגענוצט. דעם אינטערוויו האָט מען טראַנסמיטירט ווי אַ טייל פֿון „ייִוואָס‟ ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף WEVD.
אויף דער זעלביקער פּראָגראַם אין 1967 האָט ד״ר שעכטער אַרומגערעדט די פֿאַרשידענע נעמען פֿון ביימער און דערקלערט לובאַ קאָנדעל פֿאַר וואָס ער האַלט אַז ס׳איז אַזוי וויכטיק זיי צו געדענקען און פֿאַרשרײַבן אויף אייביק.
ד״ר שעכטערס השפּעה פֿילט מען אויך אין דער וועלט פֿון מוזיק. כאָטש זײַן שוועסטער ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז״ל און מאַמע ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן זענען געווען די באַקאַנטע זינגער אין דער משפּחה, האָט ד״ר שעכטער אויך געקענט אַ סך ייִדישע לידער. אָט שטעלט ער פֿאָר דאָס וויגליד „הײַדאַ־ליו־ליו‟ בעת אַ רעקאָרדיר־סעסיע אין 1954 מיטן פֿאָלקלאָריסט לייבל כּהן. דער זינגער אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל האָט לעצטנס געשריבן אויף „טוויטער‟, אַז ער האָט זיך אַליין אויסגעלערנט דאָס ליד פֿון אָט דער רעקאָרדירונג און אַז דאָס וויגליד איז הײַנט אַ טייל פֿון זײַן שטענדיקן רעפּערטואַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.