אין ישׂראל האָט די אָרגאַניזאַציע פֿון קראָקער ייִדן געגרינדעט אַן עלעקטראָנישע צײַטשריפֿט מיטן נאָמען „נוביני קרקובסקיי” (אין העברעיִשער טראַנסליטעראַציע), דהײַנו „נײַעסן פֿון קראָקע”.
דאָס איז מסתּמא אַ נײַער מין „לאַנדסמאַנשאַפֿט”. דאָס רובֿ מיטגלידער זענען נישט קיין קראָקע־געבוירענע, נאָר זענען די ישׂראלדיקע קינדער און קינדס־קינדער פֿון קראָקעווער ייִדן.
אַגבֿ, זיי אַליין גיבן צו אַז דאָס איז אין אַ געוויסער מאָס אַ רעאַקציע צו די טאַטע־מאַמעס וואָס האָבן אָפֿטמאָל נישט געוואָלט רעדן פון זייער לעבן אין פּוילן בכלל און וועגן זייערע איבערלעבונגען במשך פֿון דער מלחמה בפֿרט. איצט זוכן די קינדער און אײניקלעך אינפֿאָרמאַציע וואָס זיי האָבן נישט באַקומען אין דער היים וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין קראָקע — זיי זוכן זייערע פּויליש־ייִדישע וואָרצלען.
איז וואָס קען מען לייענען אין „נאָוויני קראַקאָווסקיי”? למשל, אַן אַרטיקל וועגן אַ נײַער אויסשטעלונג אינעם ייִדישן מוזיי אין קראָקע. די אויסשטעלונג איז געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם מוזיי־בנין וואָס איז געווען אַ שיל ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אירענאַ וואַקס איז פֿון די וואָס זענען יאָ געבוירן געוואָרן אין קראָקע. זי האָט געשריבן אַ טשיקאַוון אַרטיקל וועגן אירע יונגע יאָרן אין קראָקע, ספּעציעל וועגן די שול־יאָרן. איר טאַטע, אַן אינזשעניר, האָט געהאָלפֿן בויען די ערשטע שול פֿאַר מיידלעך אין קראָקע. אַ דאַנק דעם איז אירענאַ ארײַן אין דער דאָזיקער פּוילישער שול. אין גאַנצן זענען געווען נאָר צוויי ייִדישע מיידלעך אין דער שול. אין די ערשטע יאָרן האָט זי נישט געליטן פֿון קיין שום אַנטיסעמיטיזם. ערשט אין דעם אַכטן קלאַס האָבן זיך אָנגעהויבן די צרות. למשל: די לערערקע האָט געפֿרעגט דעם קלאַס ווער עס איז די בעסטע אין סקי. אַלע מיידעלעך האָבן געוויזן מיטן פֿינגער אויף איר. „איך פֿרעג ווער איז די בעסטע צווישן אונדזערע מיידלעך,” האָט די לערערקע באַטאָנט. אין יולי 1939, מיט אַן אויסגעצייכנטן דיפּלאָם אין האַנט, האָט זי געוואָלט זיך לערנען אויפֿן קראָקער אוניווערסיטעט. דער ענטפֿער פֿונעם אוניווערסיטעט איז געווען: „איר דאַרפֿט ערשט אָננעמען דעם קריסטלעכן גלויבן. דעמאָלט וועט איר קענען זיך לערנען וואָס איר ווילט”.
די וואָרענונג פֿאַר די ייִדן, פֿאַרסך־הכּלט אירענאַ וואַקס, איז געווען אויף דער וואַנט שוין יאָרן פֿאַרן חורבן.
אירענע וואַקס איז לעבן געבליבן ווײַל די משפּחה איז אַנטלאָפֿן קיין לעמבעריק. דאָרט האָבן זיי די סאָוועטן געכאַפּט און געשיקט העט ווײַט קיין מזרח.
דער רירנדיקסטער אַרטיקל אין דער וועבשריפֿט איז מסתּמא וועגן מרדכי באַנק און מרדכי געבירטיג. דער מחבר פֿונעם אַרטיקל איז דער פֿילם־רעזשיסאָר עדוואַרד עטלער. עטלער שרײַבט ווי ער, מיט אַנדערע קינדער פֿונעם ייִדישן יתומים־הויז אין קראָקע, פֿלעגן זינגען פֿאַר די לעבן־געבליבענע מרדכי געבירטיגס “ס’ברענט”. דער עולם פֿלעגט וויינען הערנדיק די ווערטער אין ייִדיש, דערציילט עטלער.
דער דיריגענט פֿונעם יתומים־כאָר איז געווען מרדכי באַנק. ער האָט אויסגעזען ווי אַ מין מאָדערנער איובֿ.
„מיר, די קינדער, אָנגעטאָן אין שוואַרץ, האָבן אויסגעזען ווי שוואַרצע פֿייגל מיט בלאַסע פּנימער, וואָס די פֿליגלען זייערע זענען פֿאַרברענט געוואָרן פֿון אַ גרויסן פֿײַער”, שרײַבט עטלער.
באַנק, וואָס איז קראַנק געוואָרן אין די מלחמה־יאָרן, איז געשטאָרבן קורץ נאָכן קריג און די קינדער האָבן נישט געוואָלט זינגען אָן אים.
„פֿאַר אונדז” — שרײַבט טעלער — „איז ער געווען אַ צווייטער טאַטע, אַנשטאָט די טאַטע־מאַמעס וואָס מיר האָבן פֿאַרלוירן אין דער מלחמה.”
בײַם סוף פֿונעם אַרטיקל פֿרעגט עטלער: האָט עמעצער געקענט מרדכי באַנק? איז עמיצער געבליבן פֿון זײַן משפּחה?
אין 1901–1902 האָט שלמה אַנ-סקי אָרגאַניזירט די באַרימטע ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע. דער ציל פֿון דער עקספּעדיציע איז געווען צו זאַמלען פֿאָלקלאָריסטישע מאַטעריאַלן ביי דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין וואָלין און פּאָדאָליע: לידער, מעשׂיות, מנהגים. די דאָזיקע עקספּעדיציע האט מסתּמא אינספּירירט אַנ־סקיס שעדעווער „דער דיבוק”, וואָס איז געבליבן די וויכטיקסטע פּיעסע אינעם רעפּערטואַר פֿונעם ייִדישן און העברעיִשן טעאַטער.
איצט איז אַרויס אין פּוילן און אויף פּויליש אַבֿרהם רעכטמאַנס בוך „ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר: זכרונות פֿון דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע אָנגעפֿירט פֿון שלמה אנ־סקי”. דער אַרויסגעבער איז דער פֿאַראיין אויפֿן נאָמען פֿון שלמה אַנ-סקי. דערווײַל איז אַרויס דער ערשטער באַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.