טראָמפּ ווי אַן אַנטיקריסט?

Trump As the the Antichrist?


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 22, 2017, issue of February 23, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַזוי צי אַזוי, צי האָבן די טעאָריעס וועגן דעם „אַנטיקריסט‟ אַ ספּעפֿיציש קריסטלעכן טעם? די הײַנטיקע מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן בכלל נישט ליב צו דרשענען וועגן משיחישע ענינים. די ליובאַוויטשער גלייבן, אַז די צרות פֿאַר דער ביאת־המשיח האָבן זיך שוין פֿאַרענדיקט, און דער גואל־צדק קאָן קומען אין יעדן מאָמענט. די סאַטמאַרער חסידים גלייבן, אַז ציוניזם איז די עיקר־סיבה, וואָס פֿאַרשלעפּט די אמתע גאולה, אָבער זיי פֿאַרנעמען זיך אויך נישט מיט אַפּאָקאַליפּטישע טעאָריעס.

אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה זענען אַפּאָקאַליפּטישע מדרשים וועגן די חבֿלי־משיח געווען ברייט פֿאַרשפּרייט, און די געשטאַלט פֿונעם „אַנטי־משיח‟ פֿאַרנעמט אין זיי אַ גרויסע ראָלע. אַדרבה, אין אייניקע אַלטע מדרשים האָבן די סופֿרים אַפֿילו צוגעשריבן אַ הערה, אַז דער בייזער קיניג אַרמילוס איז דער, וואָס די גויים רופֿן אים „אַנטיכרוסטוס‟.

די היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז „אַרמילוס‟ איז אַ פֿאַרקריפּלטע פֿאָרעם פֿון ראָמולוס, דער לעגענדאַרער גרינדער פֿון רוים. אַמאָל האָב איך געקויפֿט אין וויליאַמסבורג דעם ספֿר „ילקוט הרועים‟, באַגלייט מיט אַ הסכּמה פֿונעם סאַטמאַרער רבין משה טייטלבוים זצ״ל, ממש אָנגעשטאָפּט מיט אוראַלטע אַפּאַקאַליפּטישע מאַטעריאַלן אויף דער דאָזיקער טעמע. די זעלביקע טעמע טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט אין קלאַסישע קבלה־ספֿרים. דער אַנטי־משיח אַרמילוס ווערט איבערנאַטירלעך געבוירן פֿון אַ זיווג צווישן דעם שׂטן און אַ מאַרמאַר־סטאַטוע פֿון אַ שטיינערנער פֿרוי אין רוים. לויט אַן אַנדער ווערסיע, קומען די געצן־דינער צו דער סטאַטוע, כּדי צו האָבן מיט איר אַ סעקסועלע פֿאַרבינדונג; צום סוף ווערט פֿון אַזאַ טעטיקייט געבוירן אַ מאָנסטער, אַ היבריד פֿון אַ טײַוול מיט אַ שטיין. אויף זײַן ליסע שטערן שטייט אַ סימן פֿון צרעת (לעפּרע). זעען זעט ער אויס שרעקלעך: איין אויג איז גרויס און דאָס צווייטע — קליין, די לינקע האַנט איז אַ סך לענגער ווי די רעכטע, און צווישן די אויגן שטעקט אַרויס אַ האָרן. זײַענדיק אַ בייזער האַלב־שטיינערנער גולם, צײַגט ער איבער מיט זײַן כּוח פֿון כּישוף אַ סך קריסטן, די אַנדערע אומות־העולם און אַ גרויסע צאָל ייִדן, אַז ער איז דער עכטער משיח. נאָך אַ ריי צרות און נסיונות, קומט דער אמתער משיח, בלאָזט אויף אַרמילוס מיט זײַן אָטעם, און צעשטערט אים אין שטויב און אַש. אַ טייל מפֿרשים דערקלערן, אַז דער „אָטעם‟ פֿונעם מלך־המשיח איז דער כּוח פֿון זײַן תּפֿילה, וואָס איז מסוגל חרובֿ צו מאַכן די בייזע כּוחות פֿון סיטרא־אַחרא.

אינם אוראַלטן אַפּאָקאַליפּטישן „ספר זרובבֿל‟ שטייט געשריבן, אַז משיחס נאָמען איז מנחם בן עמיאל. די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער דאָזיקער נאָמען איז בגימטריא „אַרמילס‟ — אַ וואַריאַנט־נאָמען פֿונעם אַנטי־משיח. באַוואָפֿנט מיט אַ ספּעציעלער שווערד, וואָס זײַן מאַמע, חפֿציבה, גיט אים במתּנה, באַזיגט דער גואל־צדק דעם בייזן פֿאַלשן משיח.

די טעמע פֿונעם אַנטי־משיח פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין די מיטל־עלטערלעכע מדרשים און האָט משפּיע געווען אויף דער געשטאַלט פֿונעם קריסטלעכן „אַנטיקריסט‟. למשל, די מאָטיוון פֿונעם דערמאָנטן „ספֿר זרובֿבל‟ זענען אַרײַן אין דער גריכישער נישט־ייִדישער ליטעראַטור. עס באַקומט זיך, אַז דער „אַנטיקריסט‟ איז אַ היימישער ייִדישער פּערסאָנאַזש, הגם אַ בפֿירוש נעגאַטיווער און אַ פֿאַרגעסענער אין ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדישע קהילות, וואָס מײַדן, געוויינטלעך, אויס די אַפּאָקאַליפּטישע און משיחישע שטימונגען. דאָס שטרעבן צו באַשטימען די קאָנקרעטע דאַטע, ווען משיח מוז קומען, באַגלייט מיט טעאָריעס וועגן זײַנע מיסטישע קענגער, האָבן נישט איין מאָל אַרויסגערופֿן אין דער ייִדישער וועלט אַ כוואַליע פֿון משוגעתן. דערפֿאַר האָט די דאָזיקע טעמע פֿאַרלוירן איר אַמאָליקע פּאָפּולאַריטעט. ווײַט נישט אַלע קריסטן זענען צופֿרידן מיט אַפּאָקאַליפּטישע חשבונות און השערות, צוליב דער זעלביקער סיבה — כּדי אויסצומײַדן דעם אויפֿקום פֿון ווילדע סעקטעס.

וואָס שייך טראָמפּ, זעט זײַן פּנים אויס גענוג מענטשלעך. ביידע זײַנע אויגן און אויערן זענען, דאַכט זיך, סימעטריש געשטעלט. אויף זײַן שטערן שטייט נישט געשטעמפּלט קיין טײַוולאָנישער חותם, סײַדן דער האָרן דעקט עס צו. זײַנע הענט שאַפֿן אויך נישט דעם אויסדרוק פֿון אַ יענוועלטיקן פּיפּערנאָטער. דער עיקר, איז גאָר שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז זײַן מאַמע איז אַ וווּנדער־שיינע רוימישע מאַרמאַר־סטאַטוע. אינעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער סעריאַל „הײַלענדער‟ איז דאָנאַלד מאַק׳לאַוד געווען אַן אומשטערבלעכער איבערנאַטירלעכער פּארשוין. מערי־ען מאַק׳לאַוד, טראָמפּס מאַמע, איז אָבער געווען, אויף וויפֿל מע ווייסט, אַ געוויינטלעכע — און טאַקע אַ שיינע — שאָטלענדישער אימיגראַנטקע.

ערנסט גערעדט, זענען די שטודיעס פֿון אַלטע אַפּאָקאַליפּטישע מדרשים, אין פֿאַרגלײַך מיט זייערע נישט־ייִדישע עקוויוואַלענטן, גאָר אינטערעסאַנט און באַלערנדיק. ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַ רעאַלן פּאָליטיקער, איז אָבער כּדאַי צו באַטראַכטן זײַנע מענטשלעכע חסרונות און צווייפֿלהאַפֿטיקע באַשלוסן, אַנשטאָט צו פֿאַרוואַנדלען אים אין אַן „אַנטיקריסט‟.