יעדע אַנטאָלאָגיע פּרוּווט צו פֿאַרסך־הכּלען אַ זשאַנער, אַ תּקופֿה אָדער אַ באַוועגונג, „נאָר זייער אַ סך מוז מען דאָך אַרויסלאָזן‟, האָט יעל לוי דערקלערט אין אַן אָוונט לעצטנס לכּבֿוד דער נײַער ישׂראלדיקער צוויישפּראַכיקער אַנטאָלאָגיע, וואָס זי האָט רעדאַקטירט בשותּפֿות מיט וועלוול טשערנין און יורם ניסאַנאָוויטש.
דער אויפֿטו איז אַ היסטאָרישער, ווײַל כאָטש מע האָט שוין אין ישׂראל געדרוקט ביכער פֿון ייִדישער פּאָעזיע באַגלייט מיט דער העברעיִשער איבערזעצונג, זענען די פֿריִערדיקע געווען ביכער פֿון בלויז איין מחבר. דאָס איצטיקע בוך איז די ערשטע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע, אַרויסגעלאָזט אין ישׂראל, מיט אַזאַ פֿאָרמאַט. די אַנטאָלאָגיע נעמט אַרײַן מער ווי 90 לידער — פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט ביז הײַנט — װי אױך עטלעכע בילדער פֿונעם קינסטלער שמואל באַק.
דער טיטל פֿון דער אַנטאָלאָגיע „גבֿוה מן הפּחד אשיר“ [איך וועל העכער פֿון דער מורא זינגען] איז אַ ציטאַט פֿון יעקבֿ גלאַטשטיינס ציקל לידער „פֿון קינדער־צימער“.
דער פּראָיעקט איז געשטיצט געוואָרן דורך דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, אָבער אויך דורך דער מלוכה־לאָטעריע פֿון ישׂראל — „מפֿעל הפּיס‟; דעם ישׂראלדיקן מיניסטעריום פֿאַר קולטור און ספּאָרט, און דורך אַ „העדסטאַרט‟־קאַמפּיין.
דער קבלת־פּנים לכּבֿוד דעם בוך איז פֿאָרגעקומען דאָנערשטיק, דעם 16טן פֿעברואַר אין „בית מזיא לתיאטרון‟ אין ירושלים. מיכאל פֿעלזענבאַום, וועלוול טשערנין, יעל לוי, יורם ניסאַנאָוויטש און רועי גרינוואַלד האָבן פֿאָרגעלייענט די אייגענע לידער אָדער איבערגעזעצטע לידער אויף ייִדיש און העברעיִש. אין דער מוזיקאַלישער פּראָגראַם האָבן אויפֿגעטראָטן „גרשון לייזערסאָן און די ייִדישע בלוז“ און די זינגערין רות לעווין.
עס איז שווער צו גלייבן, אַז אַזאַ נייטיקער צוגאָב צו דער ייִדיש־העברעיִשער ביכער־פּאָליצע האָט מען נאָך ניט צונויפֿגעשטעלט ביז איצט. גלײַכצײַטיק איז דאָס זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, נעמענדיק אין באַטראַכט די געשיכטע פֿון ייִדיש אין ישׂראל. מיטן אַרויסגעבן די אַנטאָלאָגיע, אויב אַזוי, באַצאָלט מען „אַן אַלטן חובֿ“, ווי אירע רעדאַקטאָרן שרײַבן אין דער הקדמה. די איניציאַטיוו איז אַרויסגעוואַקסן פֿון „משיבֿ הרוח“, וואָס באַצייכנט זיך ווי „אַ זשורנאַל פֿאַר ייִדישער־ישׂראלדיקער פּאָעזיע‟.
דער זשורנאַל, געגרינדעט אין 1994, נעמט זיך אונטער אויסצודריקן דעם קול פֿון דתי־לאומי (מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ציוניסטישע) פּאָעטן — געװײנטלעך אױף העברעיִש, פֿאַרשטײט זיך. פֿונדעסטוועגן שטייען רעליגיעזע טעמעס לאַוו־דווקא בראש דעם אָפּקלײַב אין דער אַנטאָלאָגיע, נאָר ער נעמט אַרום לידער אויך וועגן כּלערליי וועלטלעכע ענינים. כאָטש די אַנטאָלאָגיע איז געצילעוועט אויף אַ ישׂראלדיקן עולם, שטאַמען די לידער פֿון די פֿאַרשיידענע פּאָעטישע ייִדישלענדער, פֿון זלאָטשעוו ביז ניו־יאָרק. זי הייבט זיך אָן מיט „שטיי אויף“ — אַ ציוניסטיש ליד פֿון שמעון פֿרוג, אָבער די איבעריקע לידער שטעלן ניט פֿאָר קיין פּראָגראַמאַטישן באַגריף פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, נאָר אַ פּלוראַליטעט פֿון אידעאָלאָגיעס, איבערלעבונגען און סטילן. אַזוי שילדערט די אַנטאָלאָגיע די פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, און באַווײַזט, אַז די גאַנצע עשירות פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע איז אויך הײַנט אַ וויכטיקער קוואַל פֿאַר שעפֿערישע ייִדן, אויך פֿאַר די וואָס קענען ניט קיין ייִדיש.
„איינער פֿון די וויכטיקסטע צילן פֿון דעם פּראָיעקט איז המשכדיקייט“, האָט לוי געזאָגט. אין דער אַנטאָלאָגיע זעט מען טאַקע אַז הײַנטיקע ייִדישע פּאָעטן, אַזױ ווי רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און באָריס קאַרלאָוו, רעפּרעזענטירן אַ המשך פֿון די באַקאַנטע קאַנאָניזירטע ייִדישע פּאָעטן ווי יהואש, משה־לייב האַלפּערן, אַנאַ מאַרגאָלין און אַבֿרהם סוצקעווער. דער צונויפֿקום פֿונעם אַלטן מיטן נײַעם מאָלט אויס אַ געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע, וואָס הייבט זיך אָן אין גלות און איז ממשיך אויך אין מדינת־ישׂראל. דער קאַנאָן וואָס די נײַע זאַמלונג רעפּרעזענטירט איז נאָך אַן אָפֿענער, אַ ניט־פֿאַרטיקער. אינטערעסאַנט איז אויך צו באַמערקן אין דער אַנטאָלאָגיע די ייִדישע פּאָעזיע אויף העברעיִש: חיים־נחמן ביאַליקס איבערזעצונגען פֿון די אייגענע לידער ווי אויך די באַקאַנטע איבערזעצונגען פֿון בנימין האַרשאַוו, ביז חמוטל בר־יוספֿס הײַנטיקע איבערזעצונגען פֿון מלכּה חפֿץ־טוזמאַנס פּאָעזיע.
דער טיטל „גבוה מן הפחד אשיר“ איז אַ ציטאַט פֿון יעקבֿ גלאַטשטיינס ציקל לידער „פֿון קינדער־צימער“. אין ייִדישן מקור הייסט זי: „איך וועל […] העכער פֿון דער מורא זינגען“. די שורות ווײַזן אָן אויף דעם אַז פּאָעזיע גיט כּוח בײַצוקומען די שוועריקייטן. ס׳איז מער ניט וויכטיק, גענוי וואָס מע מוז בײַקומען: די אַמאָליקע אונטערדריקונג פֿון ייִדיש אין ישׂראל, צי דעם אונטערגאַנג פֿון ייִדיש נאָכן חורבן. וויכטיק איז נאָר די צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין ישׂראל, און די אַנטאָלאָגיע, ווי אויך דער זעלטענער און באמת צוויישפּראַכיקער אָוונט לכּבֿוד איר, באַווײַזן אַז ייִדיש און העברעיִש קענען, און מוזן, ממשיך זײַן זייער צוזאַמענאַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.