װיפֿל זענען דאָ חדשים אין אַ יאָר? אַ קלאָץ־קשיא, מיינט איר? אַז קינדער אין די וויגן ווייסן, אַז אַ יאָר האָט צוועלעף חדשים. נו, יאָ און ניין.
דאָס ציווילע יאָר וואָס מיר זענען צון אים צוגעוויינט האָבן מיר בירושה פֿון די רוימער און האָט טאַקע צוועלעף חדשים. נאָר איידער די רוימער זענען אַריבער צו דעם האָבן זיי געהאַט בלויז צען חדשים. אַ ראַיה, אַז סעפּטעמבער, אָקטאָבער, נאָװעמבער, דעצעמבער — לויט זייערע נעמען זענען זיי דאָך דער זיבעטער, אַכטער, נײַנטער און צענטער חודש. דערנאָכדעם האָט מען צוגעגעבן צװיי חדשים, זענען די נעמען געבליבן, כאָטש זיי זענען מער נישט געווען אַקוראַט.
פֿאַר דעם דאָזיקן זון־קאַלענדאַר, װאָס איז אויפֿגעקומען לויט דער איניציאַטיװ פֿון יוליוס קייסער, האָבן די רוימער, אָבער, געהאַט אַ לבֿנה־קאַלענדאַר — פּונקט אַזוי װי ייִדן, אַראַבער, כינעזער און נאָך פֿעלקער װאָס שטאַמען פֿון פֿאַרצײַטנס. אַזוי צי אַזוי האָט מען אײַנגעזען, אַז בעסער זאָל דער קאַלענדאַר שטימען מיטן דרייען זיך פֿון דער ערד, ווײַל נאָך איידער די אייראָפּעער האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די ערד דרייט זיך אַרום דער זון און נישט פֿאַרקערט, האָט מען פֿאַרשטאַנען, אַז דער לבֿנה־קאַלענדאַר טויג עפּעס נישט. חוץ דעם האָט מען געװוּסט, אַז ס׳איז שװער אויסצושטימען אַ קאַלענדאַר־יאָר מיט אַן „ערדיאָר”, האָט מען צוגעטראַכט דאָס עיבור־יאָר: פֿון צײַט צו צײַט מוז מען פֿאַרלענגערן דאָס יאָר, װײַל װאָסער קאַלענדאַר מע האָט ביז אַהער נישט אויסגעטראַכט איז דאָס יאָר קיין מאָל נישט פּונקט גענוג לאַנג.
אַגבֿ, איז מען נישט זיכער פֿון װאַנעט ס׳נעמט זיך דער ענגלישער טערמין leap year, אָבער „עיבור” קער זיך אָן מיט „מעוברת” (טראָגעדיק). איז אַן עיבור־יאָר אַ טראָגעדיקס, ד״ה, גרעסער פֿונעם געוויינטלעכן.
איז כּדי אויסצושטימען דעם ייִדישן לוח גיט מען צו אַ דרײַצעטן חודש זיבן מאָל אין משך פֿון נײַנצן יאָר; צום ציװילן — איין טאָג אַלע פֿיר יאָר. אַיאָ, אַ סך גרינגער?
אָבער צוריק צום פֿרעג װאָס בײַם אָנהייב: װיפֿל זענען דאָ חדשים? בײַ די רוימער איז פֿריִער געװען צען, דערנאָכדעם צװעלעף. בײַ ייִדן — צװעלעף, אָבער אין אַן עיבור־יאָר דרײַצן. הײַנט די נעמען?
די לאַטײַנישע האָבן איבערגענומען ס׳רובֿ גרעסערע און קלענערע פֿעלקער. זיי זענען באַזירט אויף די נעמען פֿון רױמישע געטער: יאַנואַר פֿון יאַנוס (דער מיט די צװיי פּנימער), מאַרץ פֿון מאַרס (דער גאָט פֿון מלחמה, װאָס האָט אויך געגעבן זײַן נאָמען דעם פּלאַנעט; די נעמען פֿון די פּלאַנעטן זענען דאָך אויך נאָך רוימישע געטער) אאַז״װ.
טשעכן, פּאָליאַקן און ליטװינער ניצן דעם זעלביקן קאַלענדאַר, אָבער האָבן אייגענע נעמען װאָס זענען שייך צו דער נאַטור. אַ שטייגער, הייסט נאָװעמבער אויף פּויליש און טשעכיש listopad, ד״ה ס׳פֿאַלן די בלעטער.
די חדשים פֿונעם ייִדישן לוח: תּשרי, חשװן, כּסלו אאַז״װ, האָט מען איבערגענומען פֿון בבֿל. אויך צו די אַראַבער זענען דערגאַנגען אַ סך פֿון די נעמען: אַ שטייגער, אויף אַראַביש איז דאָ אַ חודש tishrin. נאָר בײַ זיי איז דאָס נישט קיין טייל פֿונעם רעליגיעזן, נאָר פֿונעם ציװילן קאַלענדאַר — tishrin איז טײַטש ממש „אָקטאָבער”. דער מוסולמענישער קאַלענדאַר האָט אין גאַנצן אַנדערע נעמען פֿון חדשים, װאָס דעקן זיך סײַ װי נישט מיטן ציװילן, װײַל דאָס איז אַ לבֿנה־קאַלענדאַר. און נאָך וואָס פֿאַר אַ קאַלענדאַר: ר׳האָט נישט קיין עיבור־יאָרן. דערפֿון נעמט זיך דאָס װאָס ראַמאַדאַן, דער חודש פֿון תּענית, קען אויספֿאַלן אַ ליאַדע צײַט פֿון יאָר. און אַזוי װי מע פֿאַסט נישט קיין גאַנצן מעת־לעת, אַזוי װי בײַ ייִדן, נאָר פֿון זונאױפֿגאַנג ביז זונפֿאַרגאַנג, קען דער תּענית זײַן גאָר אַ קורצער (װינטערצײַט) ביז גאָר אַ לאַנגער (זומערצײַט). מאָלט אײַך ראַמאַדאַן אין, לאָמיר זאָגן, שװעדן: אויב ס׳איז װינטער שײַנט די זון נישט מער װי עטלעכע שעה אַ טאָג, צי נאָך װינציקער. לעבט מען טאַקע אין דער פֿינצטער, אָבער דערפֿאַר פֿאַסט מען בלויז אַ קורצע צײַט. זומערצײַט, אָבער, װען די זון שײַנט כּמעט די גאַנצע נאַכט, מוז מען אינעם ביסעלע פֿינצטערניש אַרײַנכאַפּן ס׳עסן.
איז װיפֿל זענען דאָ חדשים? בײַ די רוימער: פֿריִער צען, דערנאָכדעם צװעלעף. בײַ ייִדן: צװעלעף אָדער דרײַצן. בײַ אַראַבער מוסולמענער: צװיי מאָל צװעלעף. אַפֿילו אָנעם כינעזישן און אַזוי פֿיל אַנדערע איז דער חשבון: רוימישע 22, ייִדישע 13, אַראַבישע 24. הייסט עס, אַ קײַמא־לן פֿון 59. האָט אַ יאָר 59 חדשים…
אַחרון אַחרון: אַ װערטל װאָס מאַקס װײַנרײַך ברענגט פֿונעם זשורנאַליסט, פּובליציסט און כּלל־טוער צבֿיון (בנציון האָפֿמאַן), ווי אַזוי ס׳האָט זיך געביטן דער ייִדישער צוגאַנג צום לוח: „אַ מאָל איז ניטל געװען אין כּסלו; הײַנט איז חנוכּה אין דעצעמבער”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.