אויף דער וואַנט לעבן דער ביבליאָטעק פֿון דער שול „בית הספר הריאלי העבֿרי בחיפֿה“ הענגט אַ רשימה נעמען. דער סאַמע לעצטער נאָמען איז שירה צור, אַ 20־יעריקע גראַדואַנטקע וואָס איז אומגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש ווען אַ פּאַלעסטינער האָט בכּיוון אַרײַנגעקראַכט אַ משׂא־אויטאָ אין אַ גרופּע סאָלדאַטן אויף אַ ירושלימער גאַס, און דערמיט געהרגעט צור מיט דרײַ פֿון אירע חבֿרים סאָלדאַטן.
צורס טויט איז געווען אַ פֿינצטערער מײַלשטיין פֿאַר דער שול. זי איז דער 300סטער גראַדואַנט פֿון דער שול וואָס איז אומגעקומען בשעתן דינען אין צה״ל. אַלע 300 נעמען הענגען אויף דער גלעזערנער וואַנט.
ס׳רובֿ תּלמידים האָבן זיך דערוווּסט וועגן איר טויט אויף טעלעוויזיע יענעם אויף דער נאַכט, נאָך דעם וואָס די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן האָבן באַקאַנט געמאַכט איר נאָמען. דעם צווייטן טאָג אין שול האָט מען אויפֿגעשטעלט אַן אומפֿאָרמעלן דענקמאָל אויף דער קאַמפּוס־סטעזשקע, מיט איר פֿאָטאָגראַפֿיע און אַן אָנגעצונגענעם ליכטל.
די „ריאלי“־שול, װאָס באַשטײט פֿון 4,000 תּלמידים פֿון קינדערגאָרטן ביזן לעצטן קלאַס פֿון דער מיטלשול, האָט אַן עליטישן שם אין ישׂראל. פֿאַר וואָס זשע זענען אַזוי פֿיל פֿון אירע גראַדואַנטן אומגעקומענע אין מיליטער?
איין סיבה איז פּשוט ווײַל „ריאלי“ עקסיסטירט שוין מער ווי הונדערט יאָר און איז צווישן די עלטסטע און טײַערסטע שולן אין לאַנד. צווישן אירע אַלומני: 37 געווינערס פֿונעם ישׂראל־פּריז, דרײַ ריכטערס פֿונעם העכסטן געריכט, און איין געוועזענער פּרעזידענט, עזר ווײַצמאַן.
צווייטנס, איז אַ הויפּטציל פֿון דער שול טאַקע אויסצופֿורעמען די סמעטענע פֿונעם מיליטער. „ריאלי“ שיקט אַ סך סטודענטן אין די עליטישע טיילן פֿון דער אַרמיי, וואָס זענען אָפֿט אויך די סכּנהדיקסטע. אַחוץ דער סתּם מיטלשול, האָט „ריאלי“ אויך אַ מיליטערישן פּאַנסיאָנאַט וווּ די תּלמידים גרייטן זיך צום מיליטער בעת זיי לערנען זיך די לימודים. לויטן פּרינציפּאַל, יוסי בן־דבֿ, דינען 98.5 פּראָצענט פֿון דער סטודענטנשאַפֿט אין צה״ל, וווּ זיי ווערן רעקרוטירט אין איינסן ווי „סירת מטכ״ל‟ — אַ קאָמאַנדאָ־אָפּטייל, און ”סירת צנחנים“, אַ פּאַראַשוטיסטן־אָפּטייל. אַזוינע סאָלדאַטן וואַרטן נישט פּשוט אויס דעם מינימום מוזדינסט — וואָס אַלע ייִדישע 18־יעריקע, ווי אויך דרוזישע מענער, אין ישׂראל מוזן דאָס טאָן — נאָר דינען ממש דער מדינה אַ גאַנץ לעבן, און דערפֿאַר איז אַ גרעסערע ריזיקע אַז זיי זאָלן אומקומען.
די שולן פֿאַרגעדענקען די אומגעקומענע גראַדואַנטן ווי אַ מיטל אַרויסצורופֿן אַ ציוניסטישע אידענטיטעט, און כּדי אײַנצופֿלאַנצן יונגערהייט אַ ייִראת־הכּבֿוד פֿאַר די געפֿאַלענע. די לערן־סבֿיבֿה אין „ריאלי“ איז דורכגעזאַפּט מיט פֿאַררופֿן אויף מלחמה־קרבנות. תּלמידים פֿאָרשן אויס, און שרײַבן באַריכטן וועגן, דעם לעבן פֿון געפֿאַלענע סאָלדאַטן. יעדן יום־הזכּרון לייענט מען אויף אַ קול די נעמען פֿון די געפֿאַלענע.
שאַראָן פֿײַערבערגער, אַן ענגליש־לערערין און די דירעקטאָרין פֿונעם צענטן קלאַס, האָט ציטירט איין תּלמיד, וואָס האָט געזאָגט אַז טאָמער זאָל אים חלילה עפּעס טרעפֿן ווייסט ער כאָטש אַז מע וועט אים פֿאַרגעדענקען און אַכפּערן.
אין דער דעפֿיניציע „געפֿאַלענער סאָלדאַט“ נעמט מען אַרײַן אַזוינע וואָס זענען אומגעקומען אין מלחמה אָדער טעראָר־אַטאַקן, און אויך אַזוינע וואָס זענען אומגעקומען אין אַן אומגליק ווי אַ סאָלדאַט אין צה״ל. מ׳האָט אויך אַרײַנגענומען איין ציוויליסט, דעם 16־יעריקן אלעד ריבן, וואָס איז אומגעקומען בשעתן קעמפֿן קעגן דער שרעקלעכער שׂרפֿה אין חיפֿה אין 2010. אין זײַן נאָמען האָט די שול דעדיקירט אַ גאָרטן.
הגם די „ריאלי־שול“ שטאָלצירט מיט איר דערציִען געטרײַע סאָלדאַטן, באַמיט זי זיך אויך נישט אַרויסצוּווײַזן אַ מיליטאַריסטישן טאָן. בן־דבֿ גיט איבער, אַז די סטודענטן זענען צוגעוווינט צו לעבעדיקע דיסקוסיעס וועגן דעם פּאָליטישן מצבֿ אין ישׂראל. בשעתן מישפּט פֿון אלאור אזריה, דעם סאָלדאַט וועמען מ׳האָט לעצטנס געפֿונען שולדיק אינעם דערהרגענען אַ פּאַלעסטינער אַטאַקירער וואָס איז געלעגן מיטן פּנים אַראָפּ, האָבן די סטודענטן געפֿירט אַ דעבאַטע צי מע זאָל אים פֿאַרמישפּטן צי באַפֿרײַען. איינער פֿון די קאָמאַנדירערס וואָס האָט קעגן אים געזאָגט עדות איז דווקא געווען אַ „ריאלי“־געענדיקטער. דאָך האַלטן די תּלמידים זיך אָפּ פֿון קריטיקירן דעם צה״ל אָדער דאָס מוזדינסט, ווײַל — כאָטש מע מוז זײַן אַן אָפּטימיסט אַז ס׳וועט אַ מאָל זײַן שלום — דאַרף די מדינה זיך דאָך פֿאַרטיידיקן.
ווי די לערערין פֿײַערבערגער זאָגט, פֿאַרשטייען אַלע תּלמידים די סכּנה אין דינען, אַפֿילו אַז ס׳איז נישט קיין פֿאָרמעלער טייל פֿון דער לערן־פּראגראַם. „דאָס רעדן וועגן טויט איז נישט אונדזער עובֿדה; מיר גרייטן זיי גיכער צו צום לעבן,“ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.