(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ריקלס, פֿון זײַן זײַט, האָט געזאָגט „זאָלן אײַך גאָט בענטשן, שוואַרצע מענטשן, איך האָב אײַך טאַקע ליב.” אָבער אינעם זעלבן אָטעם זאָגט ער תּיכּף: „בשעת איר לאַכט דאָ, בין איך זיכער אַז איינער פֿון אײַך איז אַרויף אין מײַן האָטעל־צימער און אַלץ צוגעגנבֿעט בײַ מיר.”
דער לעצטער זאַץ גיט עפּעס אַ טעם, אפֿשר אַפֿילו דעם תּמצית פֿון ריקלסעס סטיל. ער זאָגט אַלץ, וואָס שטייט בײַ אים אין קאָפּ, אָן אײַנהאַלטן זיך, אָן עיכּובֿים און אָן מניעות. פֿון דעם שפּריכוואָרט „חכמים הזהרו בדבֿריכם” („קלוגע לײַט, היט זיך מיט אײַערע ווערטער”) האָט ער מסתּמא קיינמאָל נישט געהערט. אַזעלכע ווערטער זענען דאָך בכּוח שטאַרק צו באַליידיקן אַנדערע מענטשן בעת מע זאָגט זיי אין אַנדערע סיטואַציעס און קאָנטעקסטן. צי ווערט דער עולם נישט ממש באַליידיקט פֿון ריקלסן?
דער ענטפֿער איז לא מיט אַן אַלף! גאָר פֿאַרקערט. ס’איז אַפֿילו געוואָרן אַ מין ערן־צייכן, ווען דאָן ריקלס דער לץ מאַכט פֿון דיר חוכא־וטלולא. עס מיינט אַז דו ביסט געוואָרן אַ שם־דבֿר, און דײַן נאָמען איז פֿאַרבונדן מיט אַזעלכע פּערסאָנאַזשן ווי פֿרענק סינאַטראַ, ראָנאַלד רייגען, דזשערי לויִס, מאַרטין סקאָרסעזע, ראָבערט דע־ניראָ, דין מאַרטין, דזשערי סײַנפֿעלד, וכדומה. די דאָזיקע בכּבֿודיקע רשימה מענטשן ציט זיך לאַנג ווי דער גלות.
דער הויכפּונקט פֿונעם אָוונט איז געקומען ווען דער אַקטיאָר ראָבערט דע־ניראָ און דער רעזשיסאָר מאַרטין סקאָרסעזע זענען אַרויף אויף דער בינע. ביידע האָבן צוזאַמענגעאַרבעט מיט ריקלס מיט 20 יאָר צוריק אויף דעם פֿילם „קאַזינאָ”, וווּ ריקלס האָט געשפּילט אַ קליינע ראָלע. זיי האָבן געהאַט אַן אַלטן חשבון מיט ריקלסן, וואָס פֿלעגט אויסלאַכן פֿון זיי אויף יעדער געלעגנהייט אין משך פֿונעם דרייען דעם פֿילם. „ס׳איז געווען אַן אַנדער תּקופֿה ווען מיר האָבן געמאַכט „קאַזינאָ”. אַ צײַט פֿון „פּאָזיטיווער טווּנג” (affirmative action), פֿאַר ייִדן…” האָט דע־ניראָ דערציילט:
„מיר האָבן געמוזט אָננעמען מער ייִדן אינעם פֿילם. אָבער איך פֿאַרשטיי נישט; קיינער האָט נישט געזאָגט סטיווען שפּילבערגן אַז ער מוז אָננעמען מער איטאַליענער אין „שינדלערס רשימה”… נו, האָט מען געדאַרפֿט זוכן אַן אַנדער ייִד. מיר האָבן נישט געדאַרפֿט קיין גרויסע שישקע, בלויז אַ ייִד וואָס וועט אַרבעטן ביליק… דזשאַקי מייסאָן איז שוין געווען פֿאַרנומען. איז, וועמען קריגן מיר…? דאָן ריקלס. ס׳איז געווען אַן אמתדיקע צוזאַמענאַרבעט. אַיאָ, דאָן?”
אַ תּמצית
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.