הײַנט קען מען כּמעט אַלץ טאָן אָנלײַן: קױפֿן פּאָמידאָרן, דעפּאָנירן אַ טשעק, און שמועסן פּנים־אל־פּנים פֿון דער װײַטנס מיט דער טײַערער מומע שׂרה. מע קען אַפֿילו קריגן אַ דאָקטאָראַט.
אָבער װאָס איז מיט אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער דערציִונג? עס פֿעלט נאָך אַלץ אַ מעגלעכקייט זיך צו לערנען עפּעס פֿון די הייליקע ספֿרים, ספּעציעל פֿאַר פֿרומע מיידלעך. טאַקע דערפֿאַר האָט חוי [כאַווי] גאָלדבערג באַשלאָסן עפּעס צו טאָן וועגן דעם.
חוי האָט געגרינדעט „סײַבערסעם” [CyberSem] — אַן אָרט אױף דער אינטערנעץ װוּ מיידלעך און פֿרױען קענען לערנען תּורה:
ווען אַ פֿרום מיידל גראַדויִרט פֿון דער מיטלשול, פֿאַרברענגט זי אַ יאָר אין סעמינאַר (אַ לערן־אַנשטאַלט וווּ מיידלעך לערנען זיך אַ יאָר לאַנג נאָכן גראַדויִרן די מיטלשול) און דערנאָך ווערט זי געוויינטלעך, אם־ירצה־השם, אַ כּלה. עטלעכע יאָר נאָך דעם — דערציט זי, קיין עין־הרע, אַ משפּחה. „סײַבערסעם” דערמעגלעכט די פֿרויען צו לערנען תּורה ווען זיי האָבן צײַט עס צו טאָן.
דער פֿרילינג־זמן פֿון די דיגיטאַלישע קורסן וועלן זיך אָנהייבן נאָך פּסח, דעם 30סטן אַפּריל, און דער האַרבסט־זמן — נאָך סוכּות, דעם 22סטן אָקטאָבער.
געוויינטלעך ווען אַ פֿרומע פֿרוי וויל זיך לערנען אויף אַ העכערער מדרגה, פֿאַרשרײַבט זי זיך אין אוניװערסיטעט. „אָבער װען אַ מיידל לערנט זיך װעלטלעכע לימודי־חול, דאַרף זי נאָך אַלץ איר חומש,‟ האָט פֿרוי גאָלדבערג באַמערקט.
חוי האָט קינדווײַז אַליין געלערנט ווייניק תּורה, ווײַל זי איז דערצויגן געוואָרן בײַ אַ װעלטלעכער משפּחה. צו 16 יאָר איז זי אָבער געפֿאָרן אױף אַ שבתון אין קראַון־הײַטס מיט אַ גרופּע ייִדישע מיידלעך. די איבערלעבונג האָט געמאַכט אַזאַ טיפֿן רושם אויף די באַטייליקטע, אַז אַ סך פֿון זיי זענען פֿרום געוואָרן, און חוי האָט ביסלעכװייס אָנגעהױבן אַליין צו פֿאַרטיפֿן איר װיסן פֿון ייִדישקייט. זי האָט זיך װײַטער געלערנט אין אַ „בית־רבֿקה סעמינאַר” אין פּאַריז, חתונה געהאַט און דערצויגן אַ משפּחה. װען איר ייִנגסט קינד איז געװען פֿיר יאָר אַלט, האָט זי באַשלאָסן צוריקצוגיין צום לערנען. נאָכן באַקומען איר דאָקטאָראַט האָט זי באַמערקט אַז „מע קען כּמעט אַלץ טאָן אָנלײַן, אָבער נישט גיין אין סעמינאַר!“ האָט זי דעמאָלט געגרינדעט „סײַבערסעם”.
אויף דער פֿראַגע, פֿאַר װאָס איז אַזוי װיכטיק אַז אַ מיידל זאָל ממשיך זײַן מיט איר ייִדישער דערציונג, האָט חוי גאָלדבערג געענטפֿערט: „װען אַן 8־יאָריק מיידל לערנט זיך װעגן חנה הנבֿיאה, קוקט זי אויף דעם פֿון אַ קינדישן קוקװינקל,“ האָט חוי דערקלערט. „אָבער ווען אַ חתונה־געהאַטע פֿרוי לערנט זיך דעם פּרק, מיינט עס שוין גאָר עפּעס אַנדערש. ס׳איז וויכטיק צו פֿאַרשטיין די ספֿרים װי אַ דערװאַקסענע.‟
די לערערס אין „סײַבערסעם” פֿירן פֿאַרשיידענע קלאַסן, אַרײַנגערעכנט „פֿרױען אינעם חומש” און „װי אַזױ צו האַלטן אַ רעדע פֿאַר אַן עולם”. צו זען די אַנדערע קלאַסן פֿונעם פֿרילינג־זמן, פֿאַרבינדט זיך דאָ: //www.cybersem.com/course.
פֿאַראינטערעסירטע קענען זיך אַליין פֿאַרשרײַבן, און קענען אויך פֿאַרשרײַבן אַ צווייטע אין קלאַס װי אַ מתּנה. חוי רעקאָמענדירט עס ספּעציעל פֿאַר כּלות, װאָס קענען בײַ דער געלעגנהייט זיך לערנען אין דער טיף און אין דער ברייט װעגן טהרת המשפּחה.
„איך וויל אײַנפֿלאַנצן בײַ אַלע פֿרויען און מיידלעך אַ ברענענדיקן חשק זיך צו לערנען תּורה,“ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.