דער באַשעפֿער האָט געהייסן משה רבינו זאַמלען בײַ די ייִדן אַ גאַנצע ריי מאַטעריאַלן — פֿון גאָלד און זילבער ביז וואָל, פֿלאַקס און לעדער, ווי אויך אַ געוויסן מין האָלץ, געווירצן און אַדלשטיינער — כּדי זיי אויסצונוצן אינעם משכּן.
דאָס וואָרט „משכּן‟ איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „שכינה‟. ס׳איז געווען אַ פּראָטאָטיפּ פֿונעם צוקונפֿטיקן בית־המיקדש, אַ וווינונג־אָרט, כּבֿיכול, פֿאַרן אייבערשטן אַליין. אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿאָריקער פּרשה, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף פֿאַרשיידענע גראָבע גוואַלד־עבֿירות, באַשטייט אונדזער הײַנטיקע סדרה פֿון ספּעציפֿישע פּרטימדיקע אינסטרוקציעס וועגן דעם משכּן.
בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה שטייט געשריבן, אַז דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט די ייִדן צו זאַמלען די תּרומה, אַ ספּעציעלן שטײַער פֿאַרן משכּן־אויפֿבוי. הגם דער משכּן האָט אויסגעזען גאַנץ אַנדערש פֿונעם בית־המיקדש, דערקלערן די חסידישע צדיקים, אַז פֿון אונדזער סדרה לערנען מיר אָפּ אַ וויכטיקן לימוד, וואָס בלײַבט אייביק אַקטועל. דאָס וואָרט „תּרומה‟ איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „התרוממות‟ — דערהויבנדקייט. די געזאַמלטע מאַטעריאַלן זענען דערהויבן געוואָרן צום רבונו־של־עולם און זענען געוואָרן כּלים פֿאַר דער שכינה־אַנטפּלעקונג.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז צווישן די מאַטעריאַלן זענען געווען אַלע הויפּט־עלעמענטן פֿונעם וועלט־באַשאַף, אַרײַנגערעכנט מעטאַלן און שטיינער, פֿלאַנץ־פּראָדוקטן און לעדער פֿון בעלי־חיים. דאָס עצם־זאַמלען רעפּרעזענטירט די מענטשלעכע ראָלע אינעם אוניווערס; בלויז דער מענטש איז מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען די אַרומיקע וועלט אין אַן אָרט, וווּ עס קאָן זיך אַנטפּלעקן די הייליקע שכינה. אין אונדזער פּרשה ווערט באַטאָנט, אַז דאָס זאַמלען האָט געפֿאָדערט אַ כּוונה לשם־שמים. ‟זיי זאָלן אויסטיילן אַ תּרומה פֿאַר מיר‟, זאָגט דער רבונו־של־עולם בײַם אָנהייב פֿון דער סדרה. אָן דער ריכטיקער כּוונה קאָן דאָס גאָלד און זילבער, חלילה, דינען אַפֿילו שעדלעכע צוועקן.
אין דער אַמאָליקער מיזרח־אייראָפּע איז געווען פֿאַרשפּרייט דער חנעוודיקער מינהג צו באַצירן די שילן מיט פֿילפֿאַרביקע וואַנט־דעקאָראַציעס, טיף באַגרינדעט אויף קבלה־ענינים. מע פֿלעגט אויך באַצירן די הײַזער מיט אויסגעשניטענע פּאַפּיר־אָרנאַמענטן, פֿול מיט מיסטישע חיות און פֿלאַנצן. פֿאַקטיש איז עס געווען אַ פֿאָרעם פֿון דער „תּרומה‟ — פּערזענלעכע האַרץ־נדבֿות, וואָס האָבן געהאָלפֿן צו פֿאַרוואַנדלען אַ געוויינטלעכע ייִדישע שטוב אין אַ שטיקל משכּן, אַ וווין־אָרט פֿאַר דער הייליקער שכינה.
אין דער הײַנטיקער וועלט בלײַבן געוויסע עלעמענטן פֿון אַזעלכע באַצירונגען — למשל, די סוכּה־דעקאָראַציעס. צום באַדויערן, זענען זיי ווײַט נישט אַלעמאָל שיין און האָבן אָפֿטמאָל ווייניק צו טאָן מיט ייִדישקייט בכלל. אַ סך ייִדן, אַרײַנגערעכנט די פֿרימסטע קרײַזן, באַצירן זייער סוכּות מיט דעקאָראַציעס פֿאַר ניטל־יאָלקעס, הגם נישט יעדער טראַכט זיך אַרײַן, פֿון וואַנען די באַצירונגען שטאַמען. פֿון דער צווייטער זײַט קאָן מען זאָגן, אַז ווען מע באַנוצט זיך מיט אַזעלכע צווייפֿלהאַפֿטיקע מאַטעריאַלן טאַקע לשם־שמים, ווערן זיי אויך פֿאַרוואַנדלט אין אַנטפּלעקונגען פֿון דער שכינה־הקדושה.
אין אַ סך חסידישע היימען איז הײַנט אויך פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו באַצירן די צימערן מיט כּלערליי זילבערנע און צומאָל אַפֿילו גאָלדענע חפֿצים. איז עס טאַקע אַ גוטער מינהג? עס ווענדט זיך, אַוודאי, אין דער כּוונה. צומאָל וואַרפֿט זיך אין די אויגן, אַז די בעליּ־בתּים ווילן פּשוט פֿאַרחידושן געסט מיטן גרויסן סכום פֿון טײַערע זאַכן. צוליב דער זעלביקער סיבה קויפֿט מען עקסטרעם־טײַערע קליידער און בריליאַנטן; צוליב דער זעלביקער סיבה מיינען אַ טייל חסידישע מענער, אַז מע מוז האָבן עטלעכע שטרײַמלעך פֿאַר טויזנטער דאָלאַרן.
אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטער מין גאָר טײַערע הוצאות זענען די טיכלעך און שײַטלעך. אויב מע מיינט טאַקע לשם־שמים, איז עס אַ מיצווה צו קויפֿן, למשל, אַ טיכל לכּבֿוד שבת פֿאַר אַ ריזיקן פּרײַז פֿון דער פֿראַנצויזישער פֿירמע „ערמעז‟? אין פּרינציפּ איז עס מעגלעך, אָבער למעשׂה שאַפֿט זיך אָפֿט דער אײַנדרוק, אַז אַנשטאָט צו בויען אַן אייגענעם „משכּן‟.
צעטרענצלען געוויסע מענטשן גרויסע סכומען געלט, כּדי נאָכצומאַכן די לעצטע מאָדעס פֿון די שכנים.
דער משכּן איז געווען אַ קאָלעקטיווער אויפֿטו. די געזאַמלטע מאַטעריאַלן זענען געווען דווקא פֿאַרשיידנאַרטיקע און האָבן רעפּרעזענטירט פֿאַרשיידענע מדרגות און אַספּעקטן פֿון מענטשלעכע נשמות. אַדרבה, הגם דאָס וואָרט „תּרומה‟ קאָן מען איבערזעצן ווי „שטײַערן‟, האָט דאָס צונויפֿברענגען כּלערליי חפֿצים פֿאַרן אייבערשטן אַליין ווייניק געהאַט צו טאָן מיטן מעכאַנישן פּראָצעס פֿון שטײַער־זאַמלען. יעדער פּרט האָט רעפּרעזענטירט אַן אוניקאַלן טייל אין דער עבֿודת־המשכּן. בלויז צוזאַמען האָט זיך דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, בראָש מיט משה רבינו, אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ באַזונדער אָרט, אַ יחיד־במינו, וווּ דאָס געטלעכע ליכט האָט זיך אַנטפּלעקט ממש פֿאַר די אויגן פֿון אַלע באַטייליקטע אינעם פּראָיעקט.
מע מעג זיך משער זײַן, אַז דער חילוק צווישן דער אוניקאַלקייט און דער איבערחזרונג־לאָגיק פֿון דער מאָדערנער געברויך־געזעלשאַפֿט איז אַ וויכטיקער סימן פֿונעם שאַרפֿן חילוק צווישן אַזאַ „לוקסוס‟־פּראָיעקט לשם־שמים, ווי דער משכּן, און דער תּאווה צו פּטרן געלט אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע צוועקן. אַן אַנדער וויכטיקער חילוק איז דאָס מנדבֿ זײַן די מאַטעריאַלן פֿאַר אַ קאָלעקטיוון צוועק און נישט פֿאַר זיך. עס טרעפֿן זיך סיטואַציעס, וואָס דאָס צדקה־געבן שאַפֿט אַ פֿאַלשן אײַנדרוק פֿון גמילות־חסדים, ווײַל יעדער באַטייליקטער אינעם זאַמלען געלט ווערט למעשׂה רײַכער. להיפּוך, דער משכּן איז געווען אַ הייליקע קאָנסטרוקציע, וווּהין געוויינטלעכע ייִדן, אַחוץ דער קליינער צאָל כּהנים, האָבן אַפֿילו נישט געטאָרט אַרײַנקומען.
דער אייבערשטער געפֿינט זיך, אין דער אמתן, אומעטום, הגם נישט אַלעמאָל זענען מיר זוכה צו זען זײַן ליכט. „וווּ קאָן איך דיך יאָ געפֿינען, און וווּ קאָן איך דיך נישט געפֿינען‟, האָט געזונגען דער גרויסער צדיק רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער. עס באַקומט זיך, אַז אַפֿילו ווען מיר האָבן אַ ריינע כּוונה לשם־שמים, דינט די עבֿודת־השם אונדזערע אייגענע אינטערעסן. דער אייבערשטער אַליין דאַרף דאָך פֿון אונדז נישט קיין טובֿות. סוף־כּל־סוף, אויב אַפֿילו מיר האָבן זינען דעם ריין־רוחניותדיקן צוועק פֿון שכינה־אַנטפּלעקונג אין אַ ספּעציעל אָרט בלויז פֿאַר די כּהנים, בלײַבן מיר פֿאָרט „אָנגעשטעקט‟ מיט אונדזער עגאָיִזם. ווי אַזוי זשע קאָן מען לייזן דעם דאָזיקן פּאַראַדאָקס?
ווען מיר טוען עמעצן אַן אומזיסטע טובֿה, האָבן מיר אויך הנאָה דערפֿון. אינעם פֿאַל פֿונעם משכּן, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק געזאַמלט די מאַטעריאַלן פֿאַרן באַשעפֿער אַליין און נישט צוליב דער מענטשלעכער הנאָה בכלל. אינעם פּראָצעס האָבן ייִדן זיכער געהאַט אַ הנאָה, אָבער מיט אַן אַלטרויִסטישער מאָטיוואַציע. עס באַקומט זיך, אַז דער פֿאַרגעניגן גופֿא איז נישט אַלעמאָל אַן עגאָיִסטיש געפֿיל. צו יעדנס הנאָה, האָבן די געזאַמלטע חפֿצים דערמעגלעכט צו אַנטפּלעקן דאָס געטלעכע ליכט אינעם משכּן.
אין יעדן פֿאַל, ווען מיר פֿאַרנעמען זיך מיט עפּעס אַ חסד־ענין, איז כּדאי אַ טראַכט צו געבן, צי מיר טוען עס באמת לשם־שמים. צומאָל באַהאַלטן זיך הינטער, כּלומשרט, הייליקע מיצוות־צוועק גרעבלעכע עגאָיִסטישע כּוונות און דאָס ווילן זיך צו פֿאַרמעסטן מיט די שכנים. צומאָל פֿאַרקערט; אונדזער אייגענע הנאָה האָט אַ רוחניותדיקן און אַלטרויִסטישן טעם. אַזוי צי אַזוי, בלײַבט די מיצווה צו בויען ווײַטער אונדזער פּערזענלעכן משכּן גאַנץ אַקטועל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.