ווען די משּפּחה האַוזפֿאַטער האָט עולה געווען פֿון רומעניע אין די 1950ער יאָרן, איז דער טאַטע איין מאָל אַרויס פֿון שטוב און צוגעגאַנגען צו אַ דערבײַיִקן קיאָסק. געוואָלט זיך אײַנקויפֿן אַ ייִדישע צײַטונג. האָט דער פֿאַרקויפֿער אים געענטפֿערט: „מיר זענען אין ישׂראל. דאָ רעדט מען העברעיִש. ניטאָ מער קיין ייִדיש!“
דער פֿאָטער איז געבליבן אַזוי שאָקירט פֿונעם ענטפער, אַז ער האָט אויפֿן אָרט באַשלאָסן: פֿון הײַנט אָן און ווײַטער דאַרף מען מער קיין ייִדיש ניט. און אַזוי איז עס טאַקע געשען. טאַקע דערפֿאַר איז אַ פֿאַרגעניגן צו הערן, אַז זײַן זון, אַלכּסנדר האַוזפֿאַטער, איז לעצטנס פֿאַרבעטן געוואָרן פֿון „ייִדישפּיל“ צו רעזשיסירן אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „צוויי קוני לעמל“ אויף ייִדיש.
אַלכּסנדר האַוזפֿאַטער איז הײַנט צווישן די באַרימטסטע רעזשיסאָרן פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרנעם. אַ מאָל רופֿט ער אויך אַרויס קאָנטראַווערסיע, אָבער דאָס גיט דווקא צו צו זײַן רענאָמע. געבוירן אין בוקאַרעשט אין 1949, עולה געווען מיט דער משפּחה וואָס האָט זיך באַזעצט אין בת־ים און דערצויגן געוואָרן אין אַן ענגלישער שולע. נאָך דעם װי אַלכּנסדר האָט אָפּגעלעבט צענדליקער יאָרן אין אויסלאַנד, בין איך אַליין געווען אַן עדות פֿון זײַנע שטאַרקע סענטימענטן צום בת־ים פֿון די 1950יר און 1960ער יאָרן.
ווען כ׳בין צו אים געקומען מיט מײַן מאַשין האָט ער מיר גלײַך געבעטן אים פֿירן לענגאויס דעם ברעג־ים און דורך די גאַסן פֿון דער שטאָט וועלכע דערוועקן אין אים פֿיל זכרונות און שטאַרקע עמאָציעס. האָב איך אים געפֿירט צו יענע פּלעצער וואָס האָבן אויף אים געלאָזט שטאַרקע שפּורן אויף זײַן גאַנץ לעבן.
בעת אונדזער אינטערוויו, האָט ער דערצײלט װעגן זײַנע יאָרן װי אַ טעאַטער-סטודענט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. „ס׳איז געווען אַ תּקופֿה פֿון הויכער פּאָליטישער שפּאַנונג און פּאָלאַריזאַציע,“ האָט ער דערציילט. „אין קאַמפּוס זענען אָפֿט פֿאָרגעקומען קעגנערישע דעמאָנסטראַציעס. די רעכטע פֿון איין זײַט — און איך צווישן זיי, און דער לינקער לאַגער פֿון דער צווייטער.“ איינער פֿון די באַטייליקטע אין די לינקע קרײַזן איז אויך געווען אַ דאַרער טעאַטער־סטודענט, וואָס אַ פּאָר יאָרן שפּעטער איז ער געוואָרן דער סאַמע באַקאַנטסטער ישׂראלישער דראַמאַטורג: חנוך (כאַנאָך) לעווין.
כאָטש אַלכּסנדר האָט ניט ווייניק קריטיק קעגן דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, שטרײַכט ער אונטער, אַז אין אויסלאַנד, ווען ער הערט די עקסטרעמיסטיש־נעגאַטיווע שטעלונגען צו דער ייִדישער מדינה, פֿאַרטיידיקט ער ישׂראל כּסדר. ער פֿילט אַזאַ פֿליכט. בשעת זײַן וויזיט אין ישׂראל דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז מיר אויסגעקומען צו הערן זײַן פֿאַרכאַפּנדיקן רעפֿעראַט געווידמעט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וואָס ער האָט אָפּגעהאַלטן אינעם רומענישון קולטור־צענטער אין תּּל־אָבֿיבֿ.
דער שלאַנקער, ברייט־פּלייציקער מאַן, מיט פּעך־שוואַרצע לאָקן האָט דערציילט וועגן דער גרינדונג פֿון ייִדישן טעאַטער אין אַ טאָטאַלן נײַעם אופֿן ווי מע האָט ביז איצט געטאָן. אַלכּסנדר האַוזפֿאַטער האָט באַצייכנט גאָלדפֿאַדען ווי דער „שעקספּיר פֿון ייִדישן טעאַטער“. אין זײַן רעפֿעראַט האָט ער זיך ספּעציעל אָפּגעשטעלט אויף גאָלדפֿאַדענס פּעדאַגאָגישן צוגאַנג, וועלכער האָט געפּרעדיקט, ּאַז טעאַטער איז ניט נאָר אַ פֿאַרווײַלונג, נאָר אויך אַ קונסטפֿאָרעם, וואָס קאָן אַנטוויקלען הומאַניסטישע געפֿילן בײַם פּובליקום און טראָגן אַן אוניווערסאַלן באַדײַט.
דער לעקטאָר האָט אויך באַטאָנט די אימפּראָוויזאַציע־טעכניק מיט וועלכער גאָלדפֿאַדען האָט זיך באַנוצט. צוליב דעם וואָס ס’איז פֿאַר גאָלדפֿאַדען ניט געווען קיין מוסטער ווי צו בויען אַן אייגנאַרטיקן ייִדישן טעאַטער, האָט ער געפּרוּווט זיך באַקענען מיט דער פֿאָלקס־שפּראַך פֿון זײַנע אַקטיאָרן (וואָס אין אָנהייב זענען זיי געווען נאָר מענער, וועלכע האָבן אויך געשפּילט די פֿרויען־ראָלעס).
די באַגריפֿן פֿון סצענאָגראַפֿיע און קליידונג האָבן בײַ גאָלדפֿאַדען געמוזט זײַן נײַע, אָן קיין רעאַליסטישע נטיה; האָט ער דעריבער זיך געלאָזט פֿירן דורך זײַן פֿאַנטאַזיע. און ס׳איז איבעריק צו זאָגן אַז אַלכּסנדר האַוזפֿאַטער שטיצט זיך אויף אַזעלכע יסודות, כּדי צו אַנטווילקען זײַן אייגענע טעאַטער־וועלט. דער עולם וואָס באַזוכט דעם ייִדיש־טעאַטער דערוואַרט דאָך צו הערן און זען אַן ענלעכן ספּעקטאַקל צו דעם צו וועלכן ער איז שוין צוגעוווינט. איבערהויפּט קומט צום געדאַנק מײַק בורשטיינס קולטפֿילם „צוויי קוני לעמל“ מיט משה סחרס קופּלעטן, וואָס איז אַזוי שטאַרק אײַנגעקריצט אין קאָלעקטיוון זכּרון. ווען איך האָב אים דערמאָנט אַזאַ פֿאַקט, האָט האַוזפֿאַטערס געענטפֿערט: „מײַן אינטערפּרעטאַציע פֿון ׳צוויי קוני לעמל׳ איז דווקא אַ סך נענטער צום אָריגינאַל ווי דאָס וואָס דער עולם איז צוגעוווינט.“
און אויב ס׳פּובליקום וועט אַרויס אַנטוישט אָדער ניט קומען צו דער פֿאָרשטעלונג? „מיך אַרט עס ניט. דער עיקר איז, אַז כ׳האָב אויסגעדריקט מײַן עסטעטיק און קינסטלערישן אני מאַמין,“ האָט ער געזאָגט.
אין דער אמתן וויל דער אינאָוואַטאָרישער רעזשיסער אַז עס זאָל קומען צו דער פּיעסע אַ נײַער עולם פֿון יונגע מענטשן וועלכע האָבן נישט קיין דערוואַרטונגען, און אַז רעזשיסערן וועלכע אַרבעטן אין העברעיִשן טעאַטער זאָלן קומען דאָס מאָל צום „ייִדישפּיל“ עפּעס זיך אָפּצולערנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.