עמי יונגער האָט זיך שוין צוגעוווינט צו דער איבערראַשונג ווען עמעצער דערוויסט זיך אַז ער מיט זײַנע שוועסטער־ברידער האָבן אַלע געפֿונען דעם זיווג אינעם זעלבן זומער־לאַגער. ער מיינט אָבער נישט אַז ס׳איז אויסטערליש. ער אַליין חידושט זיך ווען ער דערוויסט זיך אַז אַ פּאָרפֿאָלק האָט זיך דווקא נישט באַקענט אין זומער־לאַגער.
דער 24־יעריקער עמי שטודירט עקאָנאָמיק אין בר־אילן־אוניווערסיטעט אין ישׂראל, אָבער אויפֿגעוואַקסן איז ער אין מאָנטרעאָל. אָנהייבנדיק אין עלטער פֿון צען יאָר האָט ער, ווי זײַנע שוועסטער־ברידער פֿאַר אים, פֿאַרבראַכט די זומערן אין קעמפּ מושבֿה אין עניסמאָר, אָנטאַריאָ. דער לאַגער איז פֿאַרבונדן מיט דער רעליגיעז־ציוניסטישער יוגנט־באַוועגונג „בני־עקיבֿא“. דאָרטן האָט ער צו פֿערצן יאָר זיך באַקענט מיט דער 13־יעריקער סאַמאַראַ. ראַנדקעווען זיך האָבן זיי ערשט אָנגעהויבן שפּעטער, נאָך דעם וואָס ביידע זענען אוועק קיין ישׂראל, און איידער ער האָט אָנגעהויבן דינען אין צה״ל. פֿינעף יאָר שפּעטער האָבן זיי חתונה געהאַט.
עמי איז דער פֿערטער פֿון די קינדער אין דער משפּחה יונגער וואָס האָט חתונה געהאַט מיט עמעצן אין מושבֿה. צענדליקער מושבֿה־קעמפּערס האָבן געטאַנצט אויף זייער חתונה, און דזשוי יונגער, עמיס מאַמע, האָט דערציילט, אַז אויף דער חתונה זענען אַלע געזעסן אין אַ קרײַז, פּונקט ווי אין לאַגער זומערצײַט.
דאָס פֿאַרליבן זיך אין אַ ייִדישן זומער־לאַגער איז נישט קיין חידוש. אַ סך ייִדישע לאַגערן, בפֿרט די אונטערן דאַך פֿון אַ געוויסער אידעאָלאָגיע, נעמען אויף קעמפּערס מיט אַן ענלעכן רעליגיעזן און סאָציאָעקאָנאָמישן הינטערגרונט. די קעמפּנעץ „רמה“ בײַ די קאָנסערוואַטיווע ייִדן האָט אַפֿילו אויפֿגעשטעלט איר אייגענע שידוכים־מאָביל־אַפּליקאַציע.
נאָר אַז אַלע שוועסטער־ברידער פֿון איין משפּחה זאָלן זיך געפֿינען דעם באַשערטן (אָדער די באַשערטע) אינעם זעלבן זומער־לאַגער? יונגערס 33־יעריקער ברודער גדי און 30־יעריקע שוועסטער נעמי האָבן אַפֿילו חתונה געהאַט מיט שוועסטער־ברידער פֿון דער זעלבער טאָראָנטער משפּחה.
אַלע פֿיר יונגערס האָבן אָבער אָנגעהויבן אַרויסגיין מיטן צוקונפֿטיקן זיווג ערשט נאָך דעם וואָס די לאַגער־יאָרן זענען שוין געהאַט פֿאַרבײַ. טייל מאָל האָבן אַנדערע שוין אָבער פֿרי דערקענט אַז עפּעס צעבליט זיך. איין מאָל, למשל, ווען דליה (איצט 36) און שלמה (איצט 35) האָבן אין איינעם מיטגעאַרבעט בײַ אַ וואַנט וווּ מע קלעטערט אַרויף אויף שטיינער, זענען זיי פֿאַרפּלאָנטערט געוואָרן אין די שטריקן און ער איז „צופֿעליק“ פֿאַרפּלאָנטערט געוואָרן פּונקט לעבן איר… אַפֿילו די צען־ און עלעף־יעריקע ייִנגלעך האָבן שוין אויסגעניוכעט אַז עפּעס טוט זיך דאָ.
הײַנט וווינען שלמה און דליה אין טאָראָנטע, וווּ ער אַרבעט בײַ חשבון־פֿיערערײַ און זי — אין פֿינאַנצן. גדי און עטרה וווינען אין מודיעין, ישׂראל, וווּ ער פֿירט אָן מיט אַ קליידער־געשעפֿט מיטן הויפּטקוואַרטיר אין טאָראָנטע (און קומט אָפֿט צו פֿליִען אין קאַנאַדע), און זי אַרבעט ווי אַ גראַפֿישער דיזײַנער אין תּל־אָבֿיבֿ.
נעמי און צבֿי וווינען אויך אין טאָראָנטע, וווּ זי איז אַ קינדער־גאָרטן־לערערין און ער אַרבעט אין פֿינאַנץ. בשעת עמי שטודירט אין בר־אילן אַרבעט סאַמאַראַ ווי אַ לערערין פֿון ספּעציעלער דערציִונג אין בית־שמש.
די יונגערס ווייסן פֿון אַנדערע פּאָרפֿעלקער וואָס האָבן זיך באַקענט אין מושבֿה, און האַלטן אַז ליבע צעבליט זיך דאָרט גרינג ווײַל די סבֿיבֿה אַנטוויקלט בײַ די קעמפּערס אַ טיפֿע פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל. אַ מאָל פֿילט מען אַפֿילו ווי מ׳איז אויף אַ קיבוץ, דערפֿאַר ווײַל מע לערנט זיך אַזוי פֿיל וועגן ישׂראל, און צוליב דער גרויסער צאָל ישׂראלישע אַרבעטערס אינעם לאַגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.