האַרלעם־בנין פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער וועט אַראָפּגעריסן ווערן

Former Harlem Yiddish Theater to Be Torn Down

דער „לענאָקס ייִדישער טעאַטער” אין 1941, און אַן אילוסטראַציע פֿונעם פּלאַנירטן בנין
Rendering by Issac and Stern Architects/Image via NYPL Digital Collection/Harlem + Bespoke
דער „לענאָקס ייִדישער טעאַטער” אין 1941, און אַן אילוסטראַציע פֿונעם פּלאַנירטן בנין

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 03, 2017, issue of March 29, 2017.
אַן אַפֿיש פֿון דער פּיעסע „דאָס חופּה־קלייד”, וואָס מע האָט אויפֿגעפֿירט אינעם „לענאָקס־טעאַטער” אין 1922
Image via NYPL Digital Collection/Harlem + Bespoke
אַן אַפֿיש פֿון דער פּיעסע „דאָס חופּה־קלייד”, וואָס מע האָט אויפֿגעפֿירט אינעם „לענאָקס־טעאַטער” אין 1922

דער גורל פֿונעם בנין אויף לענאָקס־עוועניו אין האַרלעם, וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט די „צווייטע כּנען־באַפּטיסטישע קירך“, איז ניט קיין אומגעריכטער הײַנט אין ניו־יאָרק: מע וועט דעם היסטאָרישן בנין אין גיכן אַראָפּרײַסן, ווײַל די געגנט ווערט גענטריפֿיצירט און דער קלויסטער קען פֿאַרדינען אַ סך מער דורכן פֿאַרקויפֿן דעם באָדן אונטערן בנין, איידער צו פֿאַרקויפֿן דעם בנין גופֿא.

אַזוי חזרט זיך איבער כּסדר: אַן אַלטע אָרגאַניזאַציע קען ניט באַצאָלן די וואַקסנדיקע בנין־שטײַערן און מוז דערפֿאַר קערן וועלטן כּדי צו בלײַבן אין איר לאַנגיאָריקער היים. אין דעם פֿאַל וועט דער סוף זײַן אַ גוטער פֿאַרן קלויסטער: זי וועט בלײַבן דער בעל־הבית פֿונעם נײַעם עלעגאַנטן דירות־הויז און די ערשטע צוויי שטאָק וועלן טאַקע דינען ווי דער לאָקאַל פֿונעם קלויסטער און זײַנע אַקטיוויטעטן.

בײַם אַראָפּרײַסן דעם בנין, וואָס איז מער ווי 110 יאָר אַלט, וועט זיך אויך שליסן אַ טייל פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער געשיכטע. איידער דער בנין איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קלויסטער, האָט ער געדינט ווי אַ ייִדישן טעאַטער. האַרלעם, די באַרימסטע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער געגנט אין אַמעריקע, איז אַמאָל אויך געווען אַ ייִדישע געגנט. דאָרט האָבן אַ מאָל געוווינט די דײַטשישע ייִדן, וואָס זענען אַ ביסל רײַך געוואָרן און האָבן געוואָלט פֿאַרלאָזן דעם „איסט־סײַד“. שפּעטער, ווען די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן אויפֿן „איסט־סײַד“ האָבן זיך אַ ביסל אַרויפֿגעאַרבעט און אויסגעגרינט, האָבן זיי איבערגענומען די ייִדישע טיילן פֿון האַרלעם. און מיט זייער אָנקומען בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן זיך דאָרט געעפֿנט עטלעכע ייִדישע טעאַטערס, אַרײַנגערעכנט דעם אַמאָליקן „לענאָקס טעאַטער“, אין וועמענס אַמאָליקן בנין עס געפֿינט זיך הײַנט דער „צווייטער כּנען באַפּטיסטישער קלויסטער“.

דער טעאַטער איז אויך געווען באַקאַנט ווי דער „גאָלדבערג און דזשייקאָבס לענאָקס טעאַטער“. דזשייקאָבס איז געווען דער רעזשיסאָר, אַקטיאָר און שרײַבער פֿון פּאָפּולערע טעאַטער־לידער יעקבֿ יאַקובאָוויטש (באַקאַנט אויף ענגליש ווי Jacob Jacobs), וואָס האָט בשותּפֿות מיט שלום סעקונדע אָנגעשריבן דעם גרויסן שלאַגער „בײַ מיר ביסטו שיין“. אַ פּנים איז ער, צוזאַמען מיט איינעם אַ גאָלדבערג, געווען אין די 1920ער יאָרן דער אייגנטימער פֿונעם טעאַטער.

קיין סך ווייסט מען ניט וועגן דעם טעאַטער. דער היסטאָריקער דזשאָן רעדיק, וואָס פֿאָרשט אויס די געשיכטע פֿון אַלטע בנינים אין האַרלעם, האָט געפֿונען אַ גרויסע רעקלאַמע פֿאַר דער פּיעסע „דאָס חופּה־קלייד“ פֿון אַפּריל 1922, וואָס מע האָט דאָרט פֿאָרגעשטעלט בײַנאַנד מיט אַ קאָנצערט פֿון חזונות. אין 1941 איז דער טעאַטער שוין מער ניט געווען אַקטיוו. אַ פּנים האָבן די אָרטיקע אימיגראַנטן שוין צו יענער צײַט געהאַט פֿאַרלאָזט די געגנט, זוכנדיק גרעסערע גליקן.