אַ ליטעראַרישער גילגול פֿון װאַרשע קײן ירושלים

A Literary Gilgul from Warsaw to Jerusalem

עמוס עוז און זײַן נײַעם ראָמאַן „הבשׂורה על־פּי יהודה”
Getty Images
עמוס עוז און זײַן נײַעם ראָמאַן „הבשׂורה על־פּי יהודה”

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 05, 2017, issue of March 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אָבער די דאָזיקע פּאַראַלעל אין דער עפֿענונג פֿון בײדע ראָמאַנען איז ניט די אײנציקע, װײַט ניט די עיקרדיקע. שמואל אַש האַלט אין אײן פֿאָרשן די געשטאַלט פֿון ישו הנוצרי אין דער ייִדישער טראַדיציע. זײַן אַרבעט גײט שװערלעך, אָבער בהדרגה פֿאַלט אים אײַן, אַז די צענטראַלע פֿיגור אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון ישוס לעבן און טױט איז ניט ער אַלײן נאָר זײַן תּלמיד יהודה איש קריות, װאָס האָט אים פֿאַרראַטן. דװקא יהודה, האַלט שמואל אַש, איז „שולדיק” אין דעם, װאָס ישו איז געװאָרן דער גרינדער פֿון דער נײַער קריסטלעכער רעליגיע, כאָטש קײן ייִשר־כּוח האָט ער פֿאַר דעם ניט באַקומען.

אַפּנים איז שמואל אַש ניט באַקאַנט מיטן ראָמאַן פֿון שלום אַש. „דער מאַן פֿון נצרת” פֿאַרמאָגט אַ גאַנצן גרױסן טײל מיטן נאָמען „די רײד פֿון יהודה איש קריות”, װאָס איז כּלומרשט אָנגעשריבן פֿון יהודה אַלײן. נאַטירלעך, איז דער דאָזיקער טעקסט, פּונקט װי דער גאַנצער ראָמאַן, אין גאַנצן אױסגעטראַכט פֿונעם מחבר, אָבער דער געדאַנק איבערצודערצײלן די באַקאַנטע מעשׂה פֿון ישו הנוצרי פֿון יהודהס שטאַנדפּונקט איז טאַקע די המצאה פֿון אַש, אָבער שלום און ניט שמואל! בנאמנות, איז שלום אַש געװען גערעכט װען ער האָט אָנגעשריבן, אין דער סאַמע ערשטער שורה פֿון „דער מאַן פֿון נצרת”׃ „נישט דאָס געדענקען, נאָר דווקא דאָס פֿאַרגעסן איז אַ תּנאי פֿאַר אונדזער עקזיסטענץ”.

עוז איז פֿאַראינטערעסירט אין יהודה איש קריות װי אַ פֿיגור פֿון פֿאַררעטער, װאָס איז געװאָרן סימבאָליש אין דער מערבֿדיקער קולטור. די אַנדערע געשטאַלט פֿון דעם אײגענעם שניט אינעם ראָמאַן איז עתליהס פֿאָטער שאלתיאל אברבנאל, אַ ירושלמער ספֿרדישער יחסן. ער האָט זיך געסטאַרעט צו מאַכן שלום צװישן ייִדן און אַראַבער אין דער צײַט פֿונעם בריטאַנישן מאַנדאַט. װי אַ מיטגליד פֿון דער ציוניסטישער פֿירערשאַפֿט איז ער געװען קעגן דעם פּלאַן פֿון צעשפּאַלטן פּאַלעסטינע אױף צװײ מלוכות, װאָרן ער האָט פֿאָרױסגעזען, אַז דאָס װעט פֿירן צו אַ לאַנגער און בלוטיקער מלחמה. די ציוניסטן האָבן אים דערקלערט פֿאַר אַ פֿאַררעטער און מער האָט מען פֿון אים ניט געהערט. זײַן אײדעם איז געפֿאַלן אין דער אומאָפּהענגיקײט־מלחמה, און זינט דעם װױנט זײַן טאָכטער ביחידות מיט אירע עלטערן און קראַנקן שװער אין אברבנאלס אַלטן הױז.

אַזױ אַרום שטעלט עוז אַ האַרבע קשיא װעגן דעם עצם פֿון פֿאַרראַט. דער פֿאַררעטער װערט פֿאַרהאַסט פֿון זײַנע מיטצײַטלער, און זײן זכר װערט פֿאַרשװאַרצט אין די קומעדיקע דורות, אָבער דװקא זײַן פֿאַרראַט קאָן צומאָל פֿאַרלײגן דעם יסוד פֿאַר דער צוקונפֿט. איז קערט מען זיך צוריק צו שלום אַשס סבֿרה׃ „אױב די לערע װעגן גלגולים איז װאָר, מוזן אונדזערע נשמות, אײדער זײ טױשן די גופֿים, אַדורכגײן דעם ים פֿון פֿאַרגעסן.” די ייִדישע קולטור איז אַדורך אַ סך גילגולים און געטױשט אַ סך גופֿים, און ערגעץ אױפֿן װעג האָט זי איבערגעלאָזט שלום אַש אינעם „ים פֿון פֿאַרגעסן”. מען געדענקט װי מען האָט אים באַשולדיקט פֿאַר פֿאַרראַטן דאָס ייִדנטום, אָבער דעם ראָמאַן גופֿא געדענקט מען מער ניט.