צוויי טעמעס — דער סאָציאַלער יושר און ליבשאַפֿט צו אַלע מענטשן — רופֿן כּסדר אַרויס סתּירותדיקע רעאַקציעס אין פֿרומע קהילות.
אָנהייב נאָוועמבער 2008, האָב איך געוואַרט אין אַ קאַלטן פֿרימאָרגן אויפֿן אויטאָבוס, כּדי אָנצוקומען פֿון מאָנסי קיין מאַנהעטן. קומט צו צו מיר איינער אַן אומבאַקאַנטער ייִד מיט פּאות און אָן קיין „שלום־עליכם‟ הייבט אָן זיך באַקלאָגן: ווי אַזוי האָט אַזאַ שרעקלעכע מעשׂה געקאָנט פּאַסירן דאָ אין אַמעריקע?
פֿרעג איך: וואָס פֿאַר אַ מעשׂה? ענטפֿערט דער חסיד, אַז אַ „שוואַרצער טאָר נישט ווערן קיין פּרעזידענט‟. אין דער אמתן, האָט ער זיך באַנוצט מיט גרעבערע ראַסיסטישע לשונות, אָבער איך וויל זיי נישט איבערחזרן. הגם אַזעלכע דעות זענען נישט קיין זעלטנקייט בײַ די חסידים, זענען אַ סך פֿון זיי יאָ מסכּים, אַז אין אַ ציוויליזירט לאַנד מוזן אַלע בירגער האָבן די זעלבע רעכט.
דער ענין פֿון יושר איז גאָר אַן אַנדער שאלה. אינעם חומש דבֿרים, פּרשת „ראה‟, שטייט געשריבן: „כי לא יחדל האבֿיון מקרבֿ האָרץ‟ – אינעם לאַנד וועט דער אָרעמאַן נישט פֿאַרשוווּנדן ווערן. ווײַטער, גלײַך אינעם זעלביקן פּסוק, ווערט דערקלערט, אַז מע מוז העלפֿן די, וואָס לײַדן פֿון אָרעמשאַפֿט און נויט. אַדרבה, דער פּסוק רופֿט צום עקאָנאָמישן און סאָציאַלן יושר. אַ סך פּראָטעסטאַנטישע קריסטן שטעלן אָבער גאָר אַן אַנדער אַקצענט: ס׳איז נאַטירלעך, כּלומרשט, אַז די וועלט איז צעטיילט אויף עשירים און קבצנים. נישט איין מאָל האָב איך געהערט דעם זעלבן אָפּטײַטש פֿון גאַנץ פֿרומע ייִדן, הגם דער מקור פֿון אַזאַ שיטה איז, ווי עס זעט אויס, אַ פּראָטעסטאַנטיש־קריסטלעכער.
אין די קלאַסישע ספֿרים איז פֿאַרשפּרייט די דעה, אַז די מיצווה „ואָהבֿתּ לרעך כּמוך‟ איז חל בלויז אויף ייִדן, און דערצו בלויז אויף די גענוג פֿרומע. אין דער אמתן, שטייט געשריבן בפֿירוש אין אַ ריי ספֿרים, בפֿרט אין ספֿרי־קבלה, אַז אַלע מענטשן, אַחוץ אויסגעשפּראָכענע רשעים, מוז מען ליב האָבן.
אַזוי צי אַזוי, האָב איך זיך אין די לעצטע פּאָר וואָכן באַטייליקט אין אַ גאַנצער ריי דיסקוסיעס מיט פֿרומע ייִדן אויף די דערמאָנטע טעמעס, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך דאָנאַלד טראָמפּס אַנטי־אימיגראַנטישע רעדעס און בפֿרט צוליב זײַן קעגנערשאַפֿט צו די מוסולמענער. בעת די דיסקוסיעס האָב איך אויסגעהערט אַ קאָמבינאַציע פֿון אַלע דרײַ דערמאָנטע ענינים: אַז נישט אַלע מענטשן, כּלומרשט, זענען גלײַך; אַז ס׳איז באַרעכטיקט פֿאַר די אַמעריקאַנער צו זײַן רײַך און באַקוועם, און אַז מע דאַרף זיך זאָרגן בלויז וועגן די אייגענע און נאָענטע. די טעמע פֿון ליבשאַפֿט האָב איך נישט באַרירט בכלל, ווײַל די באַטייליקטע אין די וויכּוחים, ווײַזט אויס, פֿאַרשטייען די מיצווה „ואָהבֿתּ לרעך כּמוך‟ אין גאָר אַן ענגן זין, אַז ייִדן דאַרפֿן בלויז שטיצן זייערע אייגענע קהילות. דאָס ליבשאַפֿט־געפֿיל אינעם האַרץ איז פֿאַר זיי צו „מיסטיש“.
איינער פֿון די קלאַסישע ספֿרים, וואָס רופֿט צו דער ברידערלעכער ליבע פֿון אַלע מענטשן, און טאַקע מיט אַ שטאַרקן מיסטישן קבלה־טעם, איז דער „ספֿר־הברית‟ פֿון רבי פּנחס־אליהו הורוויץ. כּמו־סאָציאַליסטישע טעמעס פֿון גלײַכקייט און יושר פֿאַרנעמען אינעם ספֿר אויך אַ גרויסע ראָלע. דער מחבר באַטאָנט, אַז די ברידערלעכע ליבשאַפֿט־באַציִונגען צווישן מענטשן זענען דער עיקר־שליסל צום נבֿיאישן רוח־הקודש.
הײַנט בלײַבט דער „ספֿר הברית‟ צום מערסטן באַקאַנט דווקא צוליב דעם „מאָדנעם‟ טראָפּ אויף די דאָזיקע ענינים, ווי אויך ווי אַ ספֿר, וווּ עס ווערן כּסדר באַטראַכט וויסנשאַפֿטלעכע אָדער כּמו־וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס. דעם 19טן פֿעברואַר, נאָך איינער פֿון די שבתדיקע דיסקוסיעס וועגן טראָמפּ און די פּליטים, איז אויף דער וועבזײַט YUTorah.com דערשינען אַן אַרטיקל פֿון הרבֿ דוד עניטגאָף וועגן דעם ענין „נעשׂה ונשמע‟ און דעם „ספֿר־הברית‟, וואָס ווערט דערמאָנט אין דער פּרשה „משפּטים‟. צום באַדויערן, דערמאָנט נישט דער מחבר, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ באַקאַנטער ספֿר מיט אַזאַ נאָמען, וואָס שטאַמט טאַקע פֿון דער דאָזיקע פּרשה, וואָס מיר האָבן געלייענט נישט לאַנג צוריק. להיפּוך צום הײַנטיקן דור, ווען אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר האָט געלייענט „משפּטים“ מיט צוויי־דרײַ דורות צוריק, וואָלט ער זיכער אַסאָציִיִרט די פֿראַזע אינעם פּסוק מיטן באַקאַנטן ספֿר.
נאָך דער ערשטער אויסגאַבע אין 1797, איז דער „ספֿר־הברית‟ אינגיכן געוואָרן אַם עכטער „בעסטסעלער‟. אַ ריי ווערסיעס אויף ייִדיש און לאַדינאָ האָבן זיך פֿאַרשפּרייט במשך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט סײַ אין מיזרח־אייראָפּע, סײַ אין די ספֿרדישע לענדער. דער אָפּטייל וועגן דער אַלמענטשלעכער ליבשאַפֿט איז געדרוקט געוואָרן ווי אַ באַזונדערער ספֿר אין סאַלאָניק. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען דורכשניטלעכע ייִדישע משפּחה, מענער און פֿרויען, געווען גוט באַקאַנט מיטן „ספֿר־הברית‟.
ד״ר דוד רודערמאַן, דער באַקאַנטער היסטאָריקער פֿונעם פּענסילוועניע־אוניווערסיטעט, האָט מיט צוויי יאָר צוריק אַרויסגעגעבן גאָר אַן אינטערעסאַנט בוך וועגן דער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן ספֿר. דער מחבר רעקוסנטרויִרט די אינטעלעקטועלע אַטמאָספֿער, וואָס האָט געהערשט בײַ די געבילדעטע ייִדן אין סוף 18סטן יאָרהונדערט און שילדערט די עקלעקטישע וועלט פֿון רבי פּנחס־אליהו הורוויצס געדאַנקען־גאַנג. אַ געבוירענער אין ווילנע, האָט הורוויץ געוווינט אין בערלין, האַג און לאָדנאָן, בלײַבנדיק אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִד. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין דער הקדמה צום „ספֿר־הברית‟ דערמאָנט ער, אַז לכתּחילה האָט ער עס אָנגעשריבן „אויפֿן לשון פֿון זײַן פֿאָלק‟ – הייסט עס, אויף ייִדיש – און דערנאָך אַליין איבערגעזעצט אויף לשון־קודש. צוליב דעם, מסתּמא, טראָגט דער טעקסט אַ באַזונדערס פֿאָלקישן טעם.
הורוויץ איז געווען גאָר אַ טיפֿער מקובל, ווי מע זעט קלאָר אין זײַן פּירוש „טעם עצו‟ צום באַקאַנטן קבלה־ווערק „משנת חסידים‟. אַ צאָל זײַנע אַנדערע קבלה־ספֿרים, ווי עס זעט אויס, זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. אַ גרויסן טייל פֿון זײַן פֿאָלקס־ווערק – „ספֿר־הברית‟ – פֿאַרנעמט פּראָפּאַגאַנדע פֿון קבלה־לערנען, קאָמבינירט מיטן רוף צו ברודערשאַפֿט צווישן פֿעלקער און רעליגיעס. ס׳זעט אויס, ווי הורוויץ האָט געשאַפֿן אַ חידושדיקן סינטעז צווישן קבלה־עטיק און די אידעאַלן פֿון דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע.
הורוויץ האָט אָנגעהאַלטן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען סײַ מיט אַזעלכע רבנישע פֿיגורן, ווי דער „חתם־סופֿר‟, דעם גרינדער פֿון דער הײַנטיקער חרדישער באַוועגונג, סײַ מיט מאָדערנע וויסנשאַפֿטלער און משׂכּילים. קריטיקירנדיק פֿילאָסאָפֿיע, באַטראַכט ער כּלערליי פֿילאָסאָפֿישע טעמעס און לויבט באַזונדערס די קאַנטיאַנער שיטה אין פֿילאָסאָפֿיע. הורוויץ איז געווען אַ זעלטענער כּל־בוניק, וועלכער פֿלעכט צונויף אין זײַן ספֿר אַ באַראָקאָ־בילד פֿון פֿילאָסאָפֿיע, וויסנשאַפֿט און קבלה, ראָמאַנטיזם, השׂכלה און פֿרומקייט, ייִדישע און אַלמענטשלעכע מאָטיוון.
אין זײַן בוך, דערציילט רודערמאַן וועגן אַ צאָל אינטערעסאַנטע און פֿאַרשיידנאַרטיקע השפּעות, וואָס דער „ספֿר־הברית‟ האָט איבערגעלאָזט אין דער ייִדישער וועלט, פֿון רבי נחמן בראַצלעווער און אַחד־העם ביז די מיזרחדיקע חכמים אין סיריע און אַלזשיר. רודערמאַן באַמערקט, אַז פֿאַרשיידענע טשיקאַווע דערציילונגען, ווי עס פֿיגורירט אין הורוויצס ווערק, זענען אויך פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם „פֿאָרווערטס‟. יצחק באַשעוויס האָט ליב געהאַט דעם „ספֿר־הברית‟ און האָט איבערגעגעבן, אַז בײַ זײַן מאַמען איז עס געווען אַ טײַערער אוצר פֿון רוחניות.
צוליב דער אַמאָליקער אויטאָריטעט און פּאָפּולאַריטעט, בלײַבט דער „ספֿר־הברית‟, אין טעאָריע, אָנגענומען ווי גלאַט־כּשר אין דער פֿרומער וועלט. די שיינע ירושלימער אויסגאַבע פֿונעם יאָר תּש״נ (1989-1990) האָבן אַרויסגעגעבן די פֿרימסטע ייִדן אין מאה־שערים. אָבער ווייניק חרדים הײַנט־צו־טאָג שטודירן עס סיסטעמאַטיש און בלויז געציילטע יחידים דערוועגן זיך אָנצונעמען ערנסט הורוויצס פֿרײַנדלעכן צוגאַנג צו דער נישט־ייִדישער וועלט.
עס ווילט זיך האָפֿן, אַז רודערמאַנס בוך וועט העלפֿן צו געבן דעם „ספֿר־הברית‟ און אַנדערע ספֿרים מיט אַזעלכע ברייטע דעות אַ נײַ לעבן. דעמאָלט, אפֿשר, וועט דער עולם אין די שילן, אַזוי ווי מיט 100 יאָר צוריק, נישט קוקן קרום, ווען מע רעדט וועגן וועלט־יושר און ליבשאַפֿט צווישן אַלע מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.