מישעל נעדזשאַר ווערט פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די באַקאַנטסטע ליאַלקע־מאַכערס אין פֿראַנקרײַך. ער שטעלט זיך אָבער אײַן, אַז נישט ער שאַפֿט די אָנערקענטע און אומפֿאַרגעסלעכע פֿיגורן וואָס ער רופֿט זײַנע „פּורים־ליאַלקעס“; ער „גראָבט זיי פּשוט אַרויס“ כּדי צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט זײַנע ברידער וואָס זענען אומגעקומען אינעם חורבן; מיט זײַן געליבטן וואָס איז געשטאָרבן אויף „איידס“, און במילא — מיט זײַנע ייִדישע וואָרצלען.
דער געוועזענער שנײַדעריונג, וואָס זײַן לעבנסווערק איז יענע וואָך אויסגעשטעלט געוואָרן בײַם פּרעסטיזשיקן שטאָטישן מוזיי פֿון ליל, רעדט נישט סתּם אַזוי; ער באַגראָבט ממש די ליאַלקעס אין דער ערד אויף אַ לאַנגער צײַט איידער ער גראָבט אויס זייערע צעפֿאַלענע רעשטלעך. פֿאַר אים באַטײַט דאָס אַ מין פֿאַראייניקונג מיט די אַלע קרובֿים זײַנע וואָס די נאַציס האָבן זיי אויסגעשאָסן און אַרײַנגעוואָרפֿן אין ברידער־קבֿרים אין פּוילן.
„דעם חורבן נעם איך מיט מיט זיך וווּהין איך זאָל נישט גיין, זינט כ׳האָב זיך ערשט דערוווּסט וועגן די קבֿרים“, האָט דער 69־יעריקער נעדזשאַר געזאָגט אין אַ דאָקומענטאַר אין 1916 וועגן זײַן לעבן, „די פֿאַרווערטע טיילן פֿון מישעל נעדזשאַר“.
נישט אַלע ליאַלקעס באַגראָבט ער. געוויסע זענען באַזירט אויף דער פּורים־טעמע און נעמען אַרײַן די פֿיל־קאָליריקע און סאָפֿיסטיצירטע חפֿצים ענלעך אויף די שפּאַנישע „פּיניאַטעס“ (דעקאָרירטע פֿיגורן פֿון חיות וואָס אינעווייניק באַהאַלט מען שפּילעכלעך און צוקערקעס), וואָס ער האָט געזען בעת זײַנע נסיעות קיין צענטראַל־אַמעריקע און דרום־אַזיע אין די 1970ער יאָרן.
די אויסגעגראָבענע ליאַלקעס, מיט זייערע אויסגעהוילטע אויגן, לעכערדיקע אויגנהיילן, מײַלער אָנגעפֿילט מיט ערד און פֿוילנדיקע בערד, זענען ממש קאָשמאַריש. טאַקע דערפֿאַר האָבן זיך געוואָנדן צו אים אַ צאָל אינסטיטוציעס ווי, למשל, דער שטאָטישער מוזיי פֿון ליל — וואָס די טאָגצײַטונג „לע פֿיגאַראָ“ פֿאַררעכנט צווישן די זיבן בעסטע פֿראַנצייזישע מוזייען מחוץ פּאַריז — אויסצושטעלן די ווערק פֿון אָט דעם שנײַדעריונג מיט ווייניק פֿאָרמעלער בילדונג.
נעדזשאַרס ספֿרדישער טאַטע — אַ פֿאַרמעגלעכער שנײַדער און טעקסטילן־סוחר — און זײַן אַשכּנזישע מאַמע האָבן געשטרעבט, ווי אַ סך עלטערן פֿון זייער דור, אים צו איזאָלירן פֿונעם גרויל פֿונעם חורבן וואָס האָט זיך געענדיקט צוויי יאָר פֿאַר זײַן געבוירן ווערן. „טאַטע־מאַמע האָבן וועגן דעם מיט אונדז נישט געוואָלט רעדן“, האָט נעדזשאַר זיך דערמאָנט אינעם דאָקומענטאַר, „זיי פֿלעגן נאָר לאַכן און שמייכלען“. קינדווײַז איז זײַן איינציקע דאגה געווען דאָס פּרוּוון אויסבאַהאַלטן פֿון טאַטע־מאַמע זײַן הנאה בײַם שפּילן זיך מיט זײַן שוועסטערס ליאַלקעס, אַ רמז פֿון זײַן שפּעטערדיקער סעקסועלער אָריענטירונג. פֿלעגט ער באַגראָבן די פֿאַרווערטע ליאַלקעס אין גאָרטן.
ווי אַן איידל און צופֿרידן קינד האָט ער גאָרנישט געוווּסט וועגן דעם חורבן. דערפֿאַר האָט אים אין גאנצן אַוועקגעלייגט דער דאָקומענטאַר אין 1956, „נאַכט און נעפּל“, וואָס האָט שאָקירט די וועלט מיט די צום ערשטן מאָל ברייט געוויזענע גראַפֿישע רעפּאָרטאַזש־פֿראַגמענטן פֿון די קאָנצענטראַציע־לאַגערן.
„איך האָב אַזוי מיטגעליטן מיט די קרבנות“, האָט ער געזאָגט. נעדזשאַר האָט זיך געכאַפּט אַז ווען ער וואָלט געבוירן געוואָרן מיט צוויי יאָר פֿריִער וואָלט מען אים אויך דערהרגעט, אין איינעם מיט די אַנדערע אייראָפּעיִשע ייִדן. נעדזשאַר האָט דעם פֿילם געזען צו נײַן יאָר און האָט דעמאָלט אויסגעגראָבן איינע פֿון די ליאַלקעס ווי אַ מין טעראַפּיע. דאָס אויפֿגראָבן די ליאַלקע, זאָגט ער, איז געגליכן צום אויפֿגראָבן אַלע טויטע אינעם גײַסטיקן זינען. ס׳איז אים געווען שווער און ווייטיקדיק, אָבער די ליאַלקע־טעראַפּיע האָט געהאָלפֿן.
צענדליקער יאָרן זענען פֿאַרבײַ איידער ער האָט אָנגעהויבן טראַנספֿאָרמירן יענע איבערלעבונג פֿון די קינדער־יאָרן אין דער אינספּיראַציע צו שאַפֿן די טעכניק פֿון באַגראָבענע ליאַלקעס.
ווי אַ נישט־פֿעיִקער תּלמיד איז ער פֿרי אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער מיטלשול און גענומען אַרבעטן אינעם טאַטנס אַטעליע. שפּעטער האָט ער אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן קליידער און טעקסטילן מיט דער באָבען, וואָס האָט אים אויסגעלערנט ייִדיש, אויפֿן הויפּטמאַרק אין פּאַריז. דאָס איז אין יענע יאָרן נאָך געווען אַ בפֿירושע ייִדישע אינסטיטוציע מיט אַ סך אַשכּנזישע סוחרים. די שמאַטעס וואָס זענען אָפֿט אַרומגעלעגן אַרום הויז זענען געווען דער אָנהייב פֿון זײַן אַרבעט מיט ליאַלקעס. ער האָט גענומען אויסנייען ווילדע קליידער פֿון אַלטע פֿירהאַנגען — אַ זאַך וואָס האָט דעמאָלט שטאַרק אויסגענומען בײַ די ”היפּיס“, האָט ער פֿאַרדינט געלט און אויסגעפֿאָרן די וועלט.
אין מעקסיקע האָט ער געלעבט מיטן פֿילם־פּראָדוצירער טעאָ הערנאַנדעז, וואָס איז געוואָרן זײַן גרויסער געליבטער און אַרטיסטישער מענטאָר. נאָכן פֿאַרלאָזן מעקסיקע איז נעדזשאַר אַרײַנגעזונקען אין אַ דעפּרעסיע וואָס איז נאָך ערגער געוואָרן ווען אַ צאָל פֿון זײַנע פֿרײַנד האָבן זיך אָנגענומען מיטן ”אייטש־אײַ־ווי“־ווירוס, וואָס דערפֿירט צו ”איידס“. טאַקע פֿון דער קרענק איז הערנאַנדעז ניפֿטר געוואָרן אין 1992. האָט דאָס נעדזשאַרן צוריקגעבראַכט צו די ליאַלקעס וואָס ער האָט מיט פֿריִער געהאַט געניצט כּדי צו באַרויִקן זײַן צער איבערן חורבן. און די ליאַלקעס האָבן אים דאָס מאָל ווידער געראַטעוועט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.