דאָנערשטיק, דעם 23סטן פֿעברואַר, כ”ח שבֿט, האָט מען זיך פֿאַרזאַמלט אין בקעה, ירושלים אױף גאָר אַן אינטערעסאַנטער יערלעכער אונטערנעמונג: דער ייִדישער טעאַטער-פֿאָרשטעלונג פֿונעם 12טן קלאַס אין דער פּלך-שול, אַ מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער גימנאַזיע פֿאַר מײדלעך.
הײַיאָר האָט די פֿאָרשטעלונג געהײסן „דריטער קלאַס“ — אַ רעװיוּ באַזירט צום טײל אױף דער דערצײלונג ”איבער אַ היטל“ פֿון שלום-עליכם. דעם סצענאַר האָבן די מײדלעך אַלײן אָנגעשריבן, נאָך אַ לאַנגער צײַט אַרבעטן איבער פֿאַרשײדענע טעקסטן פֿון שלום-עליכם װי אױך פֿון אַנדערע מקורים. אַחוץ ”איבער אַ היטל“, האָט די פֿאָרשטעלונג אַרײַנגענומען סצענעס פֿון די אײַזנבאַן-געשיכטעס, װי אױך מעשׂהלעך דערצײלט פֿונעם צאַנזער רבין און װיצן פֿון דער ביאַליק-ראַװניצקי-זאַמלונג.
אַזױ װי די טעאַטער-לערערקע און רעזשיסאָרשע עירית טל האָט דערקלערט אין אַ קורצן אַרײַנפֿיר פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג, איז די טעמאַטיק פֿון ”איבער אַ היטל“ אַ באַזונדערש צוגעפּאַסטע פֿאַר מײדלעך גימנאַזיסטקעס, װי באַלד די דערצײלונג פֿאַרנעמט זיך מיט די פֿראַגעס ”װער בין איך אױף דער װעלט? װאָס איז מײַן ראָלע?“ און ”װאָס איז דער שײַכות צװישן דעם װי איך זע זיך אַלײן און װי איך זע אויס בײַ אַנדערע?“
אַ באַזונדערן חן האָבן געהאַט די לידער װאָס די מײדלעך האָבן פֿאָרגעזונגען במשך דער פֿאָרשטעלונג, אַרײַנגערעכנט אַבֿרהם פֿרידס ליד ”איך בין איך“, באַזירט אױפֿן קאָצקער רבינס אַ װאָרט; צװײ ייִדישע פֿאָלקסלידער — ”נאָר אמונה“ און ”לאָמיר אַלע לוסטיק זײַן“, און אױך אַ פּאָר הײַנטצײַטיקע פּאָפּולערע לידער: ”כביש החוף“ פֿון די ישׂראלדיקע זינגערס סטטיק ובן אל תבורי, און What Makes You Beautiful פֿון דער אַמעריקאַנער קאַפּעליע One Direction) מיט נײַ-געשריבענע װערטער אױף ייִדיש.
די נײַע װערסיעס פֿון די דאָזיקע צװײ לידער האָבן געהײסן ”דריטער קלאַס“ און ”כּתרילעװקער באַן-סטאַנציע“. די יונגע אַקטריסעס האָבן אַרױסגערעדט זײערע רעפּליקן הױך, זיכער, און לרובֿ מיט אַ גוטן אַרױסרעד, און ס’איז געװען קלאָר אַז זײ פֿאַרשטײען יעדעס װאָרט. אַן ענערגישער פּיאַניסט, ניר וידר, האָט באַגלײט די פֿאָרשטעלונג װאָס, אַ דאַנק דער טעאַטראַלישער הדרכה פֿון עירית טל, איז געװען קונציק צונױפֿגעשטעלט מיט טענצלעך, סצענעס אין װעלכע די מײדלעך האָבן גערעדט ”אין כאָר“ אַזױ װי אין אַ גריכישער דראַמע, און אַפֿילו אַ קורצער סצענע מיט מאַסקעס װאָס האָט זיך פֿאַררופֿן אױפֿן יאַפּאַנישן ”נאָה“-טעאַטער. נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָט מען זיך פֿאַרזאַמלט אין פֿאָרצימער, אױף צו געניסן פֿון אַ כּיבוד פֿון הערינג, קוגל, זױערע אוגערקעס און ראָגעלעך, און צו באַװוּנדערן אַ קלײנע אױסשטעלונג פֿון אַפֿישן אָפּגעדרוקט מיט אױסצוגן פֿון שלום-עליכמס דערצײלונג ”דריטער קלאַס“, פֿון די אײַזנבאַן-געשיכטעס. דער אָװנט איז דערמעגלעכט געװאָרן, צום טײל, אַ דאַנק דער שטיצע פֿון „בית שלום-עליכם“ אין תּל-אָבֿיבֿ.
װי אַזױ קומט עס, אַז 17־ און 18־יאָריקע מײדלעך, װאָס זענען בכלל ניט אױסגעװאַקסן בײַ ייִדיש-רעדנדיקע משפּחות, זאָלן קאָנען אָנשרײַבן און אױפֿפֿירן אַ גאַנצע טעאַטער-פֿאָרשטעלונג אױף מאַמע-לשון? די אױסערגעװײנטלעכע פּעדאַגאָגין װאָס שטײט הינטער די קוליסן איז פֿר’ דבֿורה קאָסמאַן, די ייִדיש-לערערקע אין דער פּלך-שול שױן אַ דרײַסיק יאָר. די טעאַטער-פּראָגראַם האָט זי אַרײַנגעפֿירט אַ ביסל שפּעטער נאָך דעם װי זי האָט אָנגעהױבן לערנען, איז די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג די 18טע יערלעכע.
אַן אימפּעטיקע, גאַסטפֿרײַנדלעכע חסידישע פֿרױ װאָס האָט ליב אירע תּלמידות און זײ האָבן זי אױך ליב (”אַזױ װי אַ צװײטע מאַמע“, לױט די װערטער פֿונעם מײדל װאָס האָט געהאַלטן אַ קורצע דאַנקרעדע נאָך דער פֿאָרשטעלונג), האָט פֿר’ קאָסמאַן אױפֿגעשטעלט אַ פֿיריאָריקע, פֿולשטענדיקע ייִדיש-שפּראַכפּראָגראַם אין דער פּלך-שול. די תּלמידות װאָס באַשליסן אין זײער ערשט יאָר פֿון גימנאַזיע זיך אַרײַנצולאָזן אינעם ייִדיש-לימוד, מאַכן דורך פֿיר לערן-מדרגות, און בײַם סוף פֿון יעדער מדרגה — אַן אַנדער מין סוף-אױפֿגאַבע.
למשל, פֿאַראַיאָרן האָבן די מײדלעך פֿון 11טן קלאַס — די זעלבע גרופּע מײדלעך װאָס האָבן הײַיאָר אױפֿגעפֿירט די טעאַטער-פֿאָרשטעלונג — געהאַלטן רעפֿעראַטן אױף ייִדיש װעגן ייִדישע פּאָעטן. יעדעס מײדל האָט אױסגעקליבן אַן אַנדער פּאָעט, דערצײלט װעגן זײַן אָדער איר ביאָגראַפֿיע, און פֿאָרגעשטעלט דעם פּאָעטס אַ ליד. מיך האָט מען פֿאַרבעטן אױף די פּאָעזיע-רעפֿעראַטן װי אַ מין ”פֿאַרהערערין פֿון דער קהילה“, כּדי צו דערמעגלעכן די מיידלעך צו קאָמוניקירן אױף ייִדיש מיט אַ דרױסנדיקן מענטש, װי אױך צו קריגן אַן אָפּרוף און אַן אָפּשאַצונג — און, פֿאַרשטײט זיך, דערמוטיקונג אינעם תּחום פֿון ייִדיש — פֿון עמעצן אױסער פֿר’ קאָסמאַנען.
די רעפֿעראַטן זענען געװען פּרעכטיקע, גוט אױסגעפֿירט מצד די מײדלעך און פּעדאַגאָגיש שײן אָרגאַניזירט: יעדעס מײדל האָט אָנגעהױבן איר רעפֿעראַט מיט די װערטער, ”גוט מאָרגן, מײַן נאָמען איז ____, און איך בין די קלײנע לערערין הײַנט,“ און בײַם סוף פֿון יעדן רעפֿעראַט האָבן אַלע אַנדערע מײדלעך זי באַגריסט מיט די װערטער: ”אױ װי שײן, אױ װי שײן, אױ װי שײן איז דאָס געװען!“
יעדע רעפֿעראַנטקע האָט אױך אַרױסגערופֿן בײַם עולם אַ מין באַטײליקונג, דורך אַקטיװיטעטן אַזױ װי ”ריכטיק צי ניט ריכטיק?“, ”דערגאַנצט די זאַצן“, און אַנדערע אַזעלכע שפּילן אױף איבערצוחזרן דאָס װאָס זי האָט נאָר װאָס געלערנט. די דיסקוסיע איז אַפֿילו צו מאָל געשטיגן גאָר אין דער הײך — למשל, אין שײַכות מיט רײזל זשיכלינסקיס ליד ”װוּהין קומען אַהין די רײד?“, װאָס האָט דערפֿירט צו אַ שמועס װעגן דעם מעזריטשער מגיד און דער הימלדיקײט פֿונעם מענטשן. דער פֿרימאָרגן האָט זיך אױסגעלאָזט מיט חװה אַלבערשטײנס נוסח פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס ליד ”עפֿנט דעם טױער“, װאָס די מײדלעך האָבן זיך שױן אַ מאָל געלערנט אין 9טן קלאַס, און זײ האָבן זיך געפֿרײט עס צו זינגען צוזאַמען װידער.
אַחוץ איר אַרבעט מיט די פּלך-מײדלעך, איז דבֿורה אַרײַנגעטאָן אין אַלץ װאָס איז פֿאַרבונדן מיטן ייִדיש-שפּראַך-לימוד פֿאַר קינדער אין ישׂראל. זי האָט אָנגעשריבן עטלעכע ייִדיש-לערנביכלעך; זי שרײַבט אָן די נאַציאָנאַלע מאַטורע-עקזאַמענס (בגרות) אינעם תּחום פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור פֿאַרן ישׂראלדיקן דערציִונג-מיניסטעריום (משׂרד החינוך); און זי טרענירט ייִדיש-לערערקעס װאָס לערנען אין דער חסידישער שול-סיסטעם איבערן לאַנד. זי פּרוּװט זיך אױך שטעלן אין קאָנטאַקט מיט ייִדיש-לערערס פֿון אױסלאַנד, װי אַ טײל פֿון איר ”ייִדיש-אױסשול-פּראָיעקט“, אַ פּראָיעקט אױף צו טרענירן און פֿאַרבינדן ייִדיש-לערערס דורך דער אינטערנעץ. אַז מע פֿרעגט װעגן דעם דאָזיקן פּראָיעקט, ענטפֿערט פֿר’ קאָסמאַן מיט אַ שמײכל: ”ייִדיש-לערערס פֿון דער גאַנצער וועלט, פֿאַראייניקט זיך!“
װאָס שײך אירע געװעזענע תּלמידות פֿון דער פּלך-שול, האַלט זיך פֿר’ קאָסמאַן מיט זײ אין פֿאַרבינדונג אַפֿילו נאָך דעם װי זײ ענדיקן זײערע פֿיר יאָר ייִדיש-לימודים, דורך אומפֿאָרמעלע טרעפֿונגען װאָס זי רופֿט זײ ”דאָס ייִדישע װאָרט“. דאָס איז אַ הײמישע סבֿיבֿה, וואָס טרעפֿט זיך בײַ איר אין דער הײם אין צענטער פֿון ירושלים, און אױף איר װאַרעמען, פֿרומען שטײגער באַשרײַבט זי די דאָזיקע טרעפֿונגען װי אַ געלעגנהײט צו ”כאַפּן אַ שמועס, זיך אָנצוּוואַרעמען, און זיך מחזק צו זײַן אין עבֿודת-השם“. אַחוץ ”דאָס ייִדישע װאָרט“, בלײַבן די מײדלעך אין קאָנטאַקט צװישן זיך דורך אַ ”װאַטס-אַפּ“-גרופּע אױף ייִדיש, װאָס הײסט ”װאָס מאַכסטו?“.
נישט אַלע פּלך-מײדלעך װאָס לערנען זיך בײַ פֿר’ קאָסמאַנען, לערנען זיך װײַטער ייִדיש נאָך דעם װי זײ ענדיקן די גימנאַזיע. עטלעכע אָבער טועס עס יאָ: רוני מזל, וואָס איז איצט אַ דאָקטאָראַנטקע אינעם ניו-יאָרקער אוניװערסיטעט און פֿאַרנעמט זיך צום טײל מיט ייִדישער ליטעראַטור, האָט אָנגעהױבן זיך לערנען ייִדיש אין דער פּלך-שול. פֿר’ קאָסמאַן דערצײלט, אַז אַנדערע פּלך-תּלמידות האָבן אױסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז זײ װעלן אַ מאָל רעדן מיט זײערע צוקונפֿטיקע קינדער אױף ייִדיש. ס’איז קלאָר, אַז אַפֿילו די מײדלעך װאָס װעלן זיך אפֿשר ניט לערנען װײַטער ייִדיש, װערן אױך שטאַרק באַגײַסטערט פֿון דער לערן־פּראָגראַם, און װעלן ניט באַלד פֿאַרגעסן זײערע ייִדיש-יאָרן בײַ דבֿורה קאָסמאַנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.