די ייִדישע געשיכטע האָט שוין געזען אַ סך נסים, אָבער דאָס איז מסתּמא געווען די ערשטע וואָס איז פֿאָרגעקומען אויף אַ בייסבאָל־פֿעלד אין דרום־קאָרעע: קעגן אַלע דערוואַרטונגען האָט די ישׂראלדיקע בייסבאָל־מאַנשאַפֿט באַזיגט דרום־קאָרעע 2 קעגן 1 בשעתן ערשטן מאַטש פֿונעם „וועלט־בעכער פֿון בייסבאָל‟. שפּעטער האָבן זיי אויך באַזיגט די מאַנשאַפֿט פֿון טײַוואַן 15 קעגן 7 און די מאַנשאַפֿט פֿון האָלאַנד 4 קעגן 2. די ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט וועט דערפֿאַר ווײַטער אָנגיין צו דער קומענדיקער רונדע פֿונעם טורנע.
הײַיאָר איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס די ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט האָט בכלל קוואַליפֿיצירט אָנטיילצונעמען אינעם „וועלט־בעכער פֿון בייסבאָל‟, וואָס קומט פֿאָר אַלע פֿיר יאָר. ס׳איז דווקא ניט קיין צופֿאַל, וואָס הײַיאָר איז אויך געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס ישׂראל האָט אַרײַנגענומען ייִדישע אַטלעטן פֿון די תּפֿוצות און זיי פֿאַרוואַנדלט אין „ישׂראלדיקע‟ שפּילער. מע האָט דאָס געקענט אויספּועלן, ווײַל לויט די כּללים פֿונעם פֿאַרמעסט מעג מען שפּילן פֿאַר אַ לאַנדס מאַנשאַפֿט ניט בלויז אויב מע איז שוין אַ בירגער פֿונעם לאַנד, נאָר אויך אויב מע וואָלט טעאָרעטיש געקענט ווערן אַ בירגער פֿונעם לאַנד. אַ דאַנק דעם „חוק השבֿות‟ האָט יעדער ייִד אין דער וועלט אַ רעכט צו ווערן אַ ישׂראלדיקער בירגער. דערפֿאַר נעמען איצט אָנטייל אין דער מאַנשאַפֿט אַ ריי פּראָפֿעסיאָנעלע אַמעריקאַנער בייסבאָל־שפּילער, וואָס האָבן קיינמאָל ניט געוווינט אין ישׂראל.
אַפֿילו מיט דער הילף פֿון די טאַלאַנטירטע אַמעריקאַנער אַטלעטן, האַלטן די עקספּערטן, אַז די ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט האָט ניט קיין שום שאַנס צו געווינען דעם טורנע. איין קאָמענטאַטאָר אויפֿן ספּאָרט־קאַנאַל ESPN האָט אַפֿילו פֿאַרגליכן די מאַנשאַפֿט צום יאַמײַקער באָבשליטן־מאַנשאַפֿט אויף דער אָלימפּיאַדע, וואָס מענטשן האָבן ליב געהאַט, דווקא ווײַל די ספּאָרטלער האָבן זיך ניט געקענט פֿאַרמעסטן אויפֿן זעלביקן ניוואָ ווי די פֿון אַנדערע לענדער.
כאָטש אַ סך אַמעריקאַנער ייִדישע בייסבאָל־פֿאַנאַטיקער פֿאָלגן נאָך מיט אינטערעס דעם אומדערוואַרטן דערפֿאָלג פֿון דער ישׂראלדיקער מאַנשאַפֿט, זעט אויס אַז אין ישׂראל גופֿא גייט עס קיינעם ניט אָן. מע האָט אַפֿילו ניט טראַנסמיטירט די מאַטשן אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.