דער פּאָעט איז סײַ אַ יחיד — ער, צי זי, שרײַבט אָן אײגענע װערטער אױפֿן סמך פֿון אײגענע מחשבֿות — סײַ אַ רינג אין אַ קײט פֿון פֿריִערדיקע דורות, שטיצערס, פֿרײַנד, פֿאַמיליעס, גאַס און געזעלשאַפֿט. אָן אַ געזעלשאַפֿט שרײַבט ער נישט; אָן אַן אײגענעם מוח װעט קײן פּען נישט אָנרירן די פּאַפּיר.
װי דער פּאָעט, אַזױ איז יעדער מענטש. בשעת דער פּראָזאַיִקער, דער ראָמאַניסט, מוז צענטרירן די מעשׂה אין אַ װעלט פֿון מענטשן (װײַל אַ ראָמאַן פֿון אײן פּערזאָן איז דין און בלאַס), קען אַ ליד זײַן דאָס קול פֿון אײנזאַמקײט, פֿון איזאָלירטקײט, און פֿון אײנעם, װאָס שטעלט זיך אַקעגן דער תּורה פֿון דער דרױסנדיקער װעלט.
אַהרן טאַוב שאַפֿט אַזאַ מין דינאַמיק פֿון בילאַנץ אין זײַן נײַעם ביכל פּאָעזיע, ”די בילדונג פֿון אַ געלן נאַרציס: פּראָזעלידער“. די קורצע לידער זענען אַ געמיש פֿון פּראָזע־באַשרײַבונגען און לירישע נאַראַטיװן. אָפֿט מאָל ווערט עס דערצײלט פֿונעם קוקװינקל פֿון אַ יחיד, אַן אָפּגעזונדערטן און איזאָלירטן, און דערבײַ שטעלט דער באַנד מיט זיך פֿאָר אַן אױספֿאָרשונג און פֿונאַנדערװיקלונג פֿונעם באַגריף „אײנזאַמקײט.“ װאָס מײנט עס, װען אַ מענטש גײט זיך זײַן אײגענעם װעג און לאָזט איבער די גאַס װוּ ער איז אױפֿגעװאַקסן, די משפּחה װאָס האָט אים (צי זי) אױפֿגעװאָדעװעט, די קלאַנגען און טעמען װאָס האָבן אים באַגלײט כּל־ימיו?
טאַובס ביכל ענטפֿערט אױף דער פֿראַגע אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים. דער טיטל אַלײן, די בילדונג פֿון אַ געלן נאַרציס, איז אַ רמז אױף דעם אינהאַלט. ערשטנס, איז „בילדונג“ (אױף ענגליש „עדיוקײשן“) אַ טערמין פֿון דער אױפֿקלערונג װאָס פֿאַררופֿט זיך אױף דער פֿאָרמירונג פֿון כאַראַקטער. ס׳איז נישט אַ רעליגיעזע דערציִונג, נישט קיין חינוך. אַזױ אַרום פֿאַרשטײען מיר שױן אַז דאָ גײט די רײד װעגן דער אַנטװיקלונג פֿון אַ יחיד. דאָס אויסשטאַלירן זיך פֿון אַ פּערזענלעכקײט.
צװײטנס, דער „נאַרציס“: כאָטש אױף ייִדיש איז פֿאַראַן אַן אָפּקלאַנג פֿון ראַפֿינירטע בילדער, אַרטיסטישע גערטנער פֿאַרטראַכט אין אַן אײראָפּעיִשן פּאַלאַץ, אָדער אַ פּאָרטרעט אױף דער װאַנט פֿון אַ מוזײ — אַלע אימאַזשן װאָס פֿיגרורין בײַ טאַובן — איז דער ענגלישער „דאַפֿאָדיל“, װי איך האָב אָפּגעלערנט בײַם פּאָעט אין אײנעם אַ ליד, עפּעס אַנדערש. ס׳איז אַ חוזקדיקע צונעמעניש פֿאַר אַ האָמאָסעקסואַליסט (ענלעך צום טערמין „פֿײגעלע“).
טראָגט דער טיטל אַ טאָפּלטע רעזאָנאַנץ: ערשטנס, װערט דער נאַרציס אָפּגעבילדעט, צװײטנס, װערט דער יחיד „אױסנאַרציסעװעט“. מיט אײן װאָרט, ער ”קומט אַרױס פֿון דער שאַפֿע“ און נעמט אָן זײַן נאַרציסיקע אידענטיטעט.
נישט בלױז אַ בלום, נאָר אַ „גײ“־בלום.
די באַציִונג צווישן יחיד און כּלל, ייִד און גױ, און ייִדיש און ענגליש זײַנען דרײַ זײַלן פֿון דער זאַמלונג, און פֿלעכטן זיך צונויף.
ס׳רובֿ פֿונעם ביכל איז אָפּגעגעבן דעם ענגלישן תּוכן, װאָס איז זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך צוליב די פֿאָדערונגען פֿונעם הײַנטיקן פּאָעטישן מאַרק און פֿונעם פּאָעט אַלײן, װאָס שרײַבט אױף ענגליש װי אַן ערשטע שפּראַך, און מאַמע־לשון װי אַ צװײטע, עמאָציאָנעלע אָנגעלאָדענע באַליבטע שפּראַך, דאָס לשון פֿון רמזים און באַהאַלטענע מוראס, װי (אַזױ שטײט אין אײן טיטל) דער טיגער אױפֿן בױדעם, װאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר סײַ די רױע פֿאַרגאַנגענהײט, סײַ די סטראַשענדיקע איצטיקײט.
מע װאָלט זיך געקענט אַרײַנלאָזן אין אַ פּרטימדיקן קאַטאַלאָג פֿון די פֿיל העלדן און סיפּורי־מעשׂיות װאָס באַפֿעלקערן דאָ די ענגלישע לידער. פֿאַראַן פֿרױען װאָס באַשליסן נישט צו קאַנדידירן פֿאַר אַ פּאָליטישן אַמט, צוליב פּאַסיװקײט אָדער צוליב צופֿרידנקײט מיטן איצטיקן לעבן. מע באַקענט זיך מיט אַ צאָל טעכטער װאָס מוזן האָבן צו טאָן מיט מוטערס אױף פֿאַרשײדענע קאָמפּליצירטע און אומקלאָר־פּראָבלעמאַטישע אופֿנים. ס׳איז אַ פּאָעטיק פֿול מיט סאַלאָנען און װױנצימערן, און די דערשטיקטע געװײנען װאָס אַן אַנדער אױער װאָלט נישט דערהערט.
דאָ װעלן מיר אָבער זיך קאָנצענטרירן אױף די זיבן לידער אויף ייִדיש, װאָס לײענען זיך מערסטנס (דאָס איז נישט געמײנט װי קריטיק, נאָר אַן אײַנדרוק) װי איבערזעצונגען פֿון זײערע ענגלישע פּאָרלעך.
אין דעם ביטערן־קאָמישן „משל־אַזהרה“ איז דער „נימשל“ אַ פֿרױ, אַן אָפּגעפֿאָרענע פֿון דרך, װאָס איז אַ מאָל געװען אַ „געראָטענע“ לױט די אָנגענעמענע פּריאָריטעטן פֿון דער גאָר פֿרומער געזעלשאַפֿט: פֿעמינין, קלוג, און געשיקט (”די הױט אַזױ װי געלײשט מיט פּערל… מענער האָבן געגאַפֿט בשעת זי האָט שפּאַצירט אין גאַס“; געװען „עלעגאַנט, הײליק, אַן עילוי“). איצט אָבער, צוליב נישט קײן דערמאָנטע סיבות, איז זי אַ „נעבעך, נעבעך, אַזאַ נעבעך“. דער צוגאַנג פֿון ליד איז אַ בײַסיקער, װײַל די פֿרױ װערט נאָר געמישפּט פֿון דער נאַראַטאָרשע, אָן צו הערן אירע אײגענע רײד. איז זי טאַקע אַזאַ נעבעך? װאָס איז מיט איר געשען, און װי אַזױ פֿילט זי זיך װעגן דעם אַלעם? זעלטן װען זעט מען אין דעם באַנד אַ פֿיגור װאָס איז נישט װערט, און נישט געשאָנקען, כאָטש אַ טראָפּן מיטגעפֿיל, און דאָס דאָזיקע ליד װאַרפֿט זיך אין די אױגן אין דעם פּרט.
דאָס קומעדיקע ייִדישע ליד האָט װידער צו טאָן מיט אַ פּאָרל „אָפּגעפֿאָרענע“, נאָר אױף גאָר אַן אומגעריכטן און הײמישן אופֿן. אַ מאַמע ברענגט רעגולער איר זון אױף קינדער־בײסבאָל־פּראַקטיק. ער איז אַזאַ „נאַרציס“־פֿיגור, װאָס זי פֿאַרשטײט נישט „פֿאַר װאָס ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט אױף דעם אָפּקומעניש דרײַ מאָל אַ װאָך/ … װען ער האָט באמת נאָר געװאָלט טראָגן קלײדלעך און זיך שפּילן מיט ליאַלקעס“. זײ נודיען זיך בײדע שטאַרק, און כאַפּן זיך אַרױס אין אַ דערבײַיִקן װאַלד, אַזאַ מין װינקל־גן־עדן, „אַ טראַנספֿאָרמאַציע װאָס לײגט זיך אין גאַנצן נישט אױפֿן שׂכל“. דאָס דאָזיקע לידל, סײַ װאַרעמהאַרציק, סײַ מיסטעריעז, איז אײנס פֿון די פֿאַרכפּאַנדיקסטע אין באַנד, און לאָזט זיך אַלײן אױס מיט אַ בקשה צום לײענער, ער צי זי זאָל נישט שטערן דעם גלײַכװאָג פֿון פּאָרל.
„חלומות פֿון דעקלאַמאַציע“ איז װידער אַ קאָמפּליצירט, ראַפֿינירט ליד, װאָס קומט פֿאָר אױף אַ קונסט־פֿאָרשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער גאַלעריע, װוּ דער נאַראַטאָר טרעפֿט זיך אומדערװאַרט מיט אַ פֿרױ װאָס דערקענט זײַן ייִדיש־לשון. װי אַנדערע שאַפֿונגען טאַובס איז דאָס רעדן ייִדיש אַלײן אַ פֿיל־באַטײַטיקע קאַנװע װוּ פֿאַרשײדענע יחידים מעגן װײַזן זײערע יעגענע לעבנס־געשיכטעס. און, װי אין אַנדערע לידער, פֿלעכטן זיך צונױף און טרעטן גלײַך אָפּ עטלעכע נאַראַטאָרן כּסדר, ביז ס׳װערט נישט קלאָר, כאָטש עװאָקאַװיװ, װער ס׳איז װער און װער ס׳רעדט.
„װי איז עס אַז אײן נאַכט אַזױ פֿאַרקרימט געװאָרן באַקומט אַזױ פֿיל דעה,“ פֿאַרקלערט זיך דער נאַראַטאָר אין „ביכּורים (און נאָכװירק)“. אונטער דעם בײזװילין כּישוף פֿון „דאָס װײנען אומזיסט [װאָס] אױף זיכער קען אַ גוף דאָס נישט פֿאַרטראָגן“, טראַכט זיך אַרײַן אַן אײנזאַמער, װאַשנדיק כּלים בײַם אָפּגאָס, װעגן אַן אַמאָליקן, גװלאַדאָװנעם, פּײַנלעכן געליבטן, און די מעלות און חסרונות פֿון װאָס ס׳איז געשען. ס׳איז אײנס פֿון אַ צאָל לידער, װוּ אַ נאַראַטאָר מוז זיך אַלײן אױסגראָבן פֿון מוטשענדיקע זכרונות פֿון ערשטע, אָפֿט מאָל אומסטאַבילע און שטורמישע ליבעס.
רציחה און עלעגאַנץ זײַנען אפֿשר די צװילינג־פּאָלוסן פֿון דעם באַנד, און דאָס זוכן ליבשאַפֿט און דאָס אָפּגעשטױסן װערן פֿון אַ ליבעלאָזן אַרום — די צװײ הױפּט־באַװעגונגען דערפֿון. און די דאָזיקע טענדענצן שפּיגלען זיך אָפּ אין די לעצטע צװײ ייִדישע לידער. „פֿײגל פֿון דרומדיקן צפֿון“ איז װידער פֿול מיט מחשבֿות װעגן שפּראַך און אַלײן־טראַנספֿאָרמאַציע (ס׳איז דעדיקירט בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן, טאַובס אַ שטיצערין אין זײַנע פֿריסטע שאַפֿערישע פּעריאָדן), סײַ לאַגאָדנע, פֿול מיט רויִקע װאָגלענישן דורך אַ פֿרעמדער שטאָט, סײַ פֿלאַם־פֿײַערדיקע פּסיכאָלאָגיזירונגען: „די ברוטאַלקײט װאָס האָט מיך אױסגעשמידט האָט מיך נישט צעבראָכן.“ אַזױ באַקומט זיך דאָ, און אין ביכל בכלל, אַ געראָטענע תּערובֿת פֿון נײַ־ראָמאַנטישער עמאָציאָנעלקײט און „קאָנפֿעסיאָנעלער“ זעלבסט־אַנטדעקונג.
אין יענעם בױדעם פֿון אינערלעכע סודות און גילגולים ליגט דער טיגער פֿון „דער אַרײַנדרינגער אױבן“. פֿאַראַן אַ טיגער אױפֿן בױדעם, זאָגט אונדז דער נאַראַטאָר אָבער און װידער, מיט בעטענישן און הילפֿסרופֿן צו זײַן מאַמען. „איך ציטער אין טעמפּאָ פֿון פֿונדאַמענט“ (װאָס װערט געשאָקלט פֿון די קלאַפּענישן פֿון טיגערישע לאַפּעס) „און איך האָב מורא“, גיט ער אונדז איבער אין אָנהײב, נאָר לסוף — פֿאַרגלײַכנדיק די קאָנפֿעסיאָנעלע פּאָעטן װי מאַרגאָלין, דראָפּקין, סעקסטאָן, און ריטש, װאָס מוזן קאָנפֿראָנטירן זײערע אוראַלטע שרעקן — גײט ער אַלײן אַרױף אױפֿן בױדעם.
װאָס ער װעט דאָרטן געפֿינען איז נישט אין גאַנצן קלאָר בײַם סוף, װי אַ סך פֿון דעם דאָזיקן ביכל. נאָר די אומקלאָרקײט, די עמאָציע און די פּײַן איז אַ פּאָעטיש געראָטענע, פּרות פֿון אַ לעבנס־סאָד װאָס איז כּדאַי צו באַזוכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.