אין די אָנהייב 1990ער יאָרן, ווען ד׳׳ר הירשע־דוד כּ׳׳ץ האָט דערקלערט וועגן זײַן פּלאַן אויסצופֿאָרשן די ייִדישע דיאַלעקטן, וואָס עס האָבן נאָך אַלץ גערעדט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אין מיזרח־אייראָפּע, האָבן ס׳רובֿ מענטשן אים געראָטן, ער זאָל בעסער פֿאָרשן ערגעץ אַנדערש. מע האָט פּשוט ניט געמיינט, אַז עס זענען פֿאַרבליבן גענוג ייִדן, אַז אַזעלכע פֿאָרש־עקספּעדיציעס וואָלטן אים געווען כּדאַי.
ניט געקוקט אויף דעם וואָס ס׳האָט באמת ניט עקזיסטירט קיין געהעריק ייִדיש לעבן מחוץ די גרויסע שטעט, האָט ד׳׳ר כּ׳׳ץ יאָ געפֿונען טויזנטער ייִדן, וואָס זענען פֿאַרבליבן אין זייערע היימשטעטלעך און האָבן פּערפֿעקט געדענקט זייערע היימישע ייִדישע דיאַלעקטן, ווי אויך דעם אָרטיקן פֿאָלקלאָר. אויפֿן סמך פֿון זײַנע אינטערוויוען מיט זיי, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט צענדליקער אַרטיקלען אין דער ייִדישער פּרעסע (איבערהויפּט אין „די גאָלדענע קייט‟, דעם „פֿאָרווערטס‟, דעם „אַלגעמיינער זשורנאַל‟ און „די פּען‟), ווי אויך אַ ריי לינגוויסטישע פֿאָרש־אַרבעטן וועגן דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער ליטע און די אַרומיקע געגנטן. ד׳׳ר כּ׳׳ץ האָט אויך פֿילמירט הונדערטער אינטערוויוען וואָס ער האָט געמאַכט מיט די אָרטיקע ייִדן, כּדי צו פֿאַראייביקן זייערע זכרונות.
לעצטנס האָט ד׳׳ר כּ׳׳ץ אַרויפֿגעשטעלט אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל צוויי פֿאַרכאַפּנדיקע פֿילמען פֿון זײַן ערשטער רײַזע קיין מיכאַלישעק, ווײַסרוסלאַנד, דאָס היימשטעטל פֿון זײַן פֿאָטערס משפּחה. צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער, דער ייִדישער פּאָעט מעינקע כּ׳׳ץ, וואָס האָט אימיגרירט קיין אַמעריקע אין 1920, איז ער געפֿאָרן מיט זייערע חבֿרים בלומקע קאַץ (פֿון סווינציאַן) און זיסקע שאַפּיראָ (פֿון פּאָדבראָדז). איידער זיי זענען אָנגעקומען האָט די גרופּע זיך דערוווּסט, אַז עס געפֿינט זיך אין מינסק אַ ייִד — אַבֿרהמקע ריין, מסתּמא דער לעצטער פֿאַרבליבענער ייִד אין ווײַסרוסלאַנד, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין מיכאַלישעק.
איז דוד כּ׳׳ץ אום ניטל 1990 געפֿאָרן בעת אַ שניישטורעם קיין מינסק, וווּ אַבֿרהמקע ריין איז געהאַט אַוועקגעפֿאָרן כּדי זיך צו גרייטן עולה צו זײַן. דער ציל איז געווען אים צוריקצוברענגען קיין מיכאַלישעק אויף אַ טור. אין די פֿילמען זעט מען ווי אַבֿרהמקע ריין פֿירט די גרופּע איבערן שטעטל און דערציילט זיי זײַנע זכרונות פֿון די ייִדן וואָס האָבן דאָרטן געוווינט. שפּעטער זעט מען ווי די גרופּע טרעפֿט זיך מיט מיכאַיִל קרופּיצקע, דער בירגערמײַסטער פֿונעם שטעטל, וואָס האָט זיי זייער וואַרעם אויפֿגענומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.