פֿלאָרידע — אַ שמאַלצגרוב פֿון מענער (קאַפּיטל 1)

Florida: A Gold Mine for Women (Chapter I)

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published March 10, 2017, issue of March 29, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

איך האָב דערזען אַ טונקל רויטן אויטאָ אָבער נישט קיין מענטש, ביז כ׳האָב געהערט דאָס הודזשען פֿונעם אויטאָס טרובע. דאָס מוז זײַן דער שלמה. ער זיצט אין אויטאָ און הערט נישט אויף צו הודזשזען. איך האָב צו אים אויפֿגעהויבן אַ פֿינגער ווי אַ סימן אַז איך קום באַלד ווײַל איך האָב זיך מיט דער פֿרוי געוואָלט געזעגענען. ס׳האָט נישט גענומען אַפֿילו קיין איין מינוט, בין איך שוין געווען בײַ דער טיר פֿונעם מערצעדעס. איך האָב ברייט געשמייכלט און געמיינט אַז דער שלמה וועט אַרויסקומען און בײַ מיר נעמען די וואַליסקע. ער האָט אויף מיר נישט געגעבן קיין בליק און איך האָב געזען אַז דער באַגאַזשניק עפֿענט זיך אַליין שטילערהייט. וואָס איז דאָס? האָב איך געטראַכט צו זיך. ער וויל איך זאָל אַליין אַרײַנלייגן די וואַליזקע אין באַגאַזשניק? ווי אומהעפֿלעך קען מען זײַן? ווען ער האָט געזען אַז איך ריר זיך נישט פֿון אָרט האָט ער שוין געמוזט אַרויסקריכן און זי נעמען פֿון מיר. דערווײַל, האָב איך זיך אַרײַנגעזעצט אין אויטאָ און געפּרוּווט אָטעמען פּאַמעלעך צו דערשטילן מײַן כּעס. מיט אַן אימפּעט האָט ער פֿאַרמאַכט דעם באַגאַזשניק, זיך געזעצט הינטערן קערעווער, פֿאַרשלאָסן די טירן פֿון אינעווייניק, אָנגעדרייט דעם מאָטאָר און אַרויסגעפֿירט דעם אויטאָ אויפֿן שאָסיי. אויף מיר האָט ער געוואָרפֿן נאָר איין בליק און מיט אַ פֿויסט געגעבן צוויי זבענק אין רעדל און געזאָגט צוויי מאָל דורך צונויפֿגעדריקטע ציין: ”כ׳האָב נישט געדאַרפֿט קומען!“

געלאַסן האָב איך אים געפֿרעגט: ”פֿאַר וואָס?“

האָט ער מיר געענטפֿערט: ”ווײַל דו ביסט נישט אַזוי שיין ווי איך געדענק.“

כ׳האָב געמוזט גוט טראַכטן וואָס צו טאָן אין דעם פֿאַל, ווײַל כ׳האָב אָנגעהויבן אַ חשד צו האָבן אַז ער איז אַ משוגענער, און כאָטש די מאַמע האָט געהאַלטן אַז איך האָב נישט קיין שׂכל, האָב איך גענוג שׂכל צו וויסן אַז ס׳איז אַ גרויסע סכּנה צו זיצן אין אַן אויטאָ מיט אַ צעקאָכטן, צעדרייטן מאַן וואָס פֿירט אַן אויטאָ זעכציק מײַל אַ שעה. אָבער איצט אַרויסשפּרינגען האָב איך דאָך נישט געקענט.

כ׳האָב נישט רעאַגירט מיט כּעס צו זײַנע רייד, נאָר מיט אַ געצוווּנגענעם צוגעלאָזענעם, סימפּאַטישן קול אים צו פֿאַררעדן געזאָגט, ”שלמה, דערצייל מיר אַ ביסל וועגן זיך. כ׳האָב געפּרוּווט זיך דערמאָנען אָבער איך ווייס נישט קיין סך וועגן דיר. דו האָסט אַ ביסל אַן אַקצענט. וווּ ביסטו געבוירן געוואָרן?“ דער אייבערשטער האָט געהאָלפֿן און מײַן שטילער טאָן האָט אים טאַקע אַ ביסט באַרויִקט. ער האָט גענומען אַ טיפֿן אָטעם און געענטפֿערט, ”אָקלאַהאָמע. איך ביו געבוירן געוואָרן אין אָקלאַהאָמע.“

”אַזוי אינטערעסאַנט,“ האָב איך געזאָגט מיט אַ פֿאַלשן שמייכל. כ׳האָב געזען אַז מײַן קול באַרויִקט אים, האָב איך געוואָלט נאָך רעדן. ”איך מיין, אַז דו ווייסט נישט קיין סך וועגן מיר, וועל איך דיר דערציילן: מיטן ערשטן מאַן האָב איך געהאַט פֿיר קינדער…“ ווי איך האָב אַרויסגערעדט די ווערטער איז שלמהן געוואָרן רויט אין פּנים און די אויגן מלא־רציחה. דער רעכטער פֿוס האָט גיך אַראָפּגעקוועטשט דעם טאָרמאַז, און דער אויטאָ האָט זיך מיט אַ מאָל אָפּגעשטעלט אין מיטן שאָסיי. וואָלט דער שיצפּאַס מיך נישט צוריקגעהאַלטן וואָלט איך זיכער דורכגעפֿלויגן דרוך דער ווינטשויב. ווי עס איז האָט דער זעץ בײַ מיר אַרויסגעקוועטשט דעם אָטעם. האָב איך ווילד אָנגעהויבן שרײַען: ”וואָס טוסטו? ביסטו משוגע געוואָרן? קענסט אונדז נאָך ביידע דערהרגענען! פֿיר ווײַטער אָדער שטעל זיך אָפּ בײַ דער זײַט פֿון שאָסיי! יעצט! די מינוט!!“

ס׳איז נאָך אַ נס געווען וואָס מיר זענען געווען אין דעם גאָר רעכטן פֿאָרוועג און קיינער האָט אין אונדז נישט אַרײַנגעקראַכט פֿון הינטן. שלמה איז באַלד געקומען צו זיך און האָט זיך פּאָמעלעך, מיט אַכט, אַרומגעקוקט און האָט ווידער אָנגעהויבן פֿירן דעם אויטאָ. איך האָב נאָך געסאַפּעט און מײַנע געדאַנקען זענען געווען ווילד. וואָס טו איך איצט? רעדן שטילערהייט, געלאַסן האָט אים צעווילדעוועט און שרײַען אויף עמעצן וואָס איז שוין אויסער זיך קען נאָך ערגער מאַכן. האָב איך גאָרנישט געטאָן נאָר געקוקט גלײַך פֿאַר זיך, געפּרוּווט כאַפּן דעם אָטעם און צו זיך אַליין געדאַנקט דעם אייבערשטן וואָס איך לעב נאָך. וועגן אים האָב איך אין גאַנצן נישט געטראַכט, ווײַל מיטן צוריקקומען פֿון בלוט אין פּנים איז מיר אָנגעקומען אַ שרעקלעכע מיגרענע. אין דער זעלבער צײַט האָט שלמה געגעבן אַ הוסט און געזאָגט מיט צוריקגעהאַלטענעם כּעס: ”כ׳האָב נישט געוווּסט אַז דו ביסט אַ גרושה.“ כ׳האָב נישט געענטפֿערט ווײַל כ’האָב זיך נישט געכאַפּט וואָס גייט דאָ אָן ביז ער האָט צוגעגעבן: ”די פֿאַמיליע מײַנע איז ׳קאַץ׳, איך בין דאָך אַ כּהן.“

כ׳האָב אים קוים געהערט דורך מײַן שטאַרקן קאָפּווייטיק. איך האָב נאָר געוווּסט וואָס איך דאַרף האָבן: אָדער מײַנע טאַבלעטן, אָדער עפּעס עסן ווײַל אויב נישט וועט מיר ווערן ערגער און ערגער ביז איך וועל אויסברעכן. און אויב דאָס פּאַסירט אין זײַן מערצעדעס וועט ער מיר… איך ווייס נישט וואָס טאָן.

”שלמה, זײַ מיר מוחל, אָבער אפֿשר קענען מיר גיין עפּעס עסן. מיר איז נישט־גוט.“

”האָסט געזאָגט אַז דו ברענגסט מיט זיך עסן אויפֿן עראָפּלאַן,“ האָט ער מיר געענטפֿערט און ס׳איז מיר געווען אַ חידוש וואָס זײַן טאָן איז געווען נאָרמאַל.

כאָטש כ’האָב געוואָלט שרײַען: ”איך מוז עפּעס תּיכּף נעמען אין מויל!“ האָב איך געפּרוּווט צוריקהאַלטן די גאַל און מיט געדולד אים דערקלערט: ”איך בין אַרויס פֿון הויז האַלב נײַן אין דער פֿרי און נישט געהאַט גענוג צײַט איבערצובײַסן, האָב איך אין טאַקסי געגעסן די שטיקלעך מערן און צעלער וואָס איך האָב זיך צוגעגרייט פֿאַר דער רײַזע און איצט איז אַ פֿערטל פֿאַר פֿיר.“ כ׳האָב גאָרנישט דערמאָנט וועגן די שרעקלעכע געשעענישן וואָס כ׳האָב די לעצטע שעה איבערגעלעבט. ער האָט אויף אַ סעקונדע געגעבן אַ קוק אויף מײַן פּנים און מסתּמא געזען דעם אמת פֿון די רייד, און גיך געדרייט דעם קערעווער רעכטס צום אַרויסגאַנג־ראַמפּע. אַ מינוט שפּעטער האָט ער זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר אַ טרייפֿענעם וווּרשטל־קיאָסק.

”אוי, איך קען דאָ נישט עסן,“ האָב איך געזאָגט.

”מוזסט נישט עסן,“ האָט ער מיך געענטפֿערט. ”וועסט האָבן גענוג מיט אַ קאַווע.“

”ניין, איך פֿיל זיך שוואַך. איך וויל זיך אַוועקזעצן און עפּעס עסן.“

”סאַראַ מאַדאַם דו ביסט!“ האָט ער סאַרקאַסטיש געענטפֿערט.

ווען כ׳האָב אַרויסגענומען די מאָבילקע האָט ער געוואָלט וויסן וועמען איך קלינג. ”איך קלינג אָן ברכהן. וווּ זענען מיר דאָ? אפֿשר וועט זי מיך קענען קומען נעמען צו זיך? זענען מיר שוין אין באָקאַ?“

”׳כּשר קיטשען׳ איז נישט ווײַט פֿון דאַנען און נאָענט צו דײַן פֿרײַנדינע.“ האָב איך ברכהן איבערגעלאָט אַן אָנזאָג אַז איך בין מיט שלמהן און מיר גייען עפּעס עסן אין ׳כּשר קיטשען.׳“ זאָל כאָטש עמעצער וויסן וווּ און מיט וועמען איך בין.

ווען מיר זענען אַהין אָנגעקומען און זיך אַוועקגעזעצט אין אַ בודקע, האָט די קעלנערין אַוועקגעלייגט צוויי מעניוס פֿאַר אונדז. דער קאָפּ האָט זיך מיר שיִער נישט געשפּאָלטן, אָבער כ׳האָב געפּרוּווט זײַן העפֿלעך. כ׳האָב געעפֿנט אַ מעניו און שלמהן געפֿרעגט: ”וואָס באַשטעלסטו?“

”איך וויל גאָרנישט. איך בין נישט הונגעריק.“

”איז וואָס זאָל איך באַשטעלן?“ האָב איך אים געפֿרעגט.

ער האָט מיך אָנגעקוקט מיט אויסגעגלאָצטע אויגן און מיט געשפּרײַזטע ווערטער מיר געזאָגט: ”דו קענסט עסן וואָס דו ווילסט אויב דו קענסט באַצאָלן.“

”וואָס האָסטו מיר געזאָגט?“

האָט ער איבערגעחזרט די זעלביקע ווערטער און דאָס מאָל צוגעגעבן: ”איז וואָס ווילסטו?“

”איך וויל אַז דו זאָלסט מיר געבן מײַן וואַליזקע. אַ דאַנק.“

דער אויסוווּרף האָט געברענגט די וואַליזקע און זי מיר אַ שלײַדער געטאָן; אַרויסגעגאַנגען פֿון רעסטאָראַן, זיך אַרײַנגעזעצט אינעם מערצעדעס און איז אַוועק.

אין דער וואַליזקע האָב איך געהאַט די שטאַרקע מיגרענע־טאַבלעטן, האָב באַלד צוויי אײַנגענומען, ווידער אָנגעקלונגען ברכהן, איר געזאָגט אַז איך וואַרט אויף איר אין ׳כּשר קיטשען.׳ ווען כ׳האָב פֿאַרמאַכט די אויגן וואַרטנדיק אויף איר האָב איך דערפֿילט די וואַרעמע טרערן פֿון דאַנקבאַרקייט, אַז איך לעב נאָך און אַז דער אויסוואָרף איז אַוועק.

יענער שמאַלצגרוב…


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com