די ייִדישע שרײַבערין קאַדיע מאָלאָדאָווסקי (1894 — 1975) איז אַ ביסל מער ווי סתּם אַ פּערסאָנאַזש אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. צוליב פֿאַרשיידענע סיבות איז טאַקע איר נאָמען געוואָרן אַ מין trend ווי מען זאָגט אויפֿן הײַנטיקן אינטערנאַציאָנאַלן זשאַרגאָן, כּלומרשט, אַ געוויסער סימבאָל פֿון דער וועלטלעכער ייִדישקייט און דער ייִדישער קולטור, ייִדישער דערציִונג און אַפֿילו פֿון די געוויסע שטראָמען אין דער ייִדישער פּאָליטיק און דעם ייִדישן דענקען.
דאָס שעפֿערישע און פּריוואַטע לעבן פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי איז תּמיד געווען פֿול מיט ווידערשפּרוכן. זי איז געווען פֿאַרליבט אינעם ייִדישן קלאַסיקער דוד בערגעלסאָן, וואָס האָט זי, אייגנטלעך, אַרײַנגעבראַכט אין דער ליטעראַטור ווען ער האָט אָפּגעדרוקט אירע ערשטע צוויי לידער אין זײַן זאַמלונג ”אייגנס“, נאָר חתונה האָט זי געהאַט מיט אַן אַנדערן, מיט אַ מענטש פֿון קולטור און דערציִונג און אַן עסקן — שׂמחה לבֿ, און דורכגעלעבט מיט אים אַ לאַנג בשותּפֿותדיק לעבן.
זי האָט געהאַלטן פֿון קאָמוניזם, נאָר פֿון פּוילן איז זי דווקא אַנטלאָפֿן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1935, און נישט אין קאָמוניסטישער רוסלאַנד. זי האָט געטרײַ געגלייבט אינעם געדאַנק פֿון נאַציאָנאַלן אויפֿקום אין מדינת־ישׂראל, אָבער אין אירע קנאַפּע צוויי יאָר אין ישׂראל האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיט ייִדיש, נישט קוקנדיק אויף איר גלענצנדיקן העברעיִש, טיפֿע קענטענישן אין דער העברעיִשער ליטעראַטור און געוואַלדיקער דערפֿאַרונג אויפֿן געביט פֿון העברעיִש לערנען. אין מדינת-ישׂראל האָט זי אַרויסגעגעבן ”היים“ — אַ ייִדיש־שפּראַכיקע פֿרויען-בײַלאַגע פֿון דער טאָגצײַטונג ”דבר“.
ס׳איז אויך אינטערעסאַנט, אַז קאַדיע מאַלאָדאָווסקי — די פֿרוי וואָס האָט פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער ייִדישער קינדער-פּאָעזיע — איז אַליין געבליבן אָן קינדער. אומבאַדינגט, אַז דאָס לעבנס-וועג פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, פֿול מיט דראַמאַטישע געשעענישן, האָט אינספּירירט די ישׂראלדיקע דראַמאַטורגין און רעזשיסאָרין חגית רכבֿי ניקאָלײַעווסקי צו שאַפֿן די פֿאָרשטעלונג ”אין ישׂראל און צוריק“, און דווקא אויף ייִדיש, אין ייִדישן טעאַטער ”ייִדישפּיל“.
חגית רכבֿי ניקאָלײַעווסקי איז אויפֿגעוואַקסן אין ישׂראל אין די 1950ער יאָרן (פּונקט אין דער תּקופֿה, וואָס ווערט באַשריבן אין דער פּיעסע גופֿא) און איידער זי האָט זיך אַליין אויסגעלערנט לייענען, האָט איר די מאַמע פֿאָרגעלייענט, אויף העברעיִש, קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס לידער פֿון דער זאַמלונג ”עפֿנט דעם טויער“. ווי אַ קינד האָט זי זיך פֿאַרליבט אין די לידער און האָט זיי געדענקט אויף אויסנווייניק. שפּעטער, ווען זי האָט אָנגעהויבן איר שעפֿערישע טעטיקייט, האָט זי אין 1975 אויפֿגעפֿירט די פּיעסע ”עפֿנט דעם טויער“ לויט די לידער פֿון איר באַליבטער דיכטערין, אויף דער בינע פֿונעם קינדער-טעאַטער פֿון אורנה פּורתּ.
איצטער, פּרוּווט חגית רכבֿי ניקאָלײַעווסקי דערציילן דעם עלטערן עולם וועגן קאַדיען אויף דער שפּראַך פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס שאַפֿן. ניט קיין פּשוטע אויפֿגאַבע. צוגעהאָלפֿן האָט איר דער פֿאָרשער פֿון מאָלאָדאָווסקיס שאַפֿונג, אמיר שומרוני. ער האָט וועגן איר אָנגעשריבן זײַן מאַגיסטער-אַרבעט אין דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, און איצטער שרײַבט ער זײַן דאָקטאָראַט אויף דער זעלבער טעמע. אין די נאָענטסטע טעג גייט אַרויס אַ בוך אונטער זײַן רעדאַקציע ”לילות חשוון“ — אַ זאַמלונג פֿון ניט־באַקאַנטע העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס לידער.
די פּיעסע הייבט זיך אָן מיט דער פּרעסע-קאָנפֿערענץ, געווידמעט קאַדיעס געווינען דעם ”מאַנגער פּרײַז“ אין 1971. די נײַגעריקע זשורנאַליסטן דערגייען קאַדיען די יאָרן מיט די שטעכיקע פּראָוואָקאַטיווע פֿראַגעס ווי:
”פֿאַר וואָס ניצט איר אין אַלע לידער ווי אַ מקור פֿון אינספּיראַציע ארץ-ישׂראל מאָטיוון, און אַליין האָט איר פֿאַרלאָזט די מדינה אין ישׂראלס שווערסטע יאָרן?“
קאַדיע ענטפֿערט רויִק, בכּבֿודיק, און שיקט זיי אָפּ צו איר פּראָזע, אַרטיקלען און לידער. און ווײַטער גייט דער סיפּור-המעשׂה וועגן דער נישט־געלונגענער ”עליה“ פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און איר מאַן שׂמחה לבֿ אין ישׂראל. פֿרוי ניקאָלײַעווסקי באַמיט זיך צו דערקלערן וואָס האָט געבראַכט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי אין לאַנד, און פֿאַרוואָס האָט זי באַדאַרפֿט דאָס לאַנד פֿאַרלאָזן. זי באַשרײַבט אויך קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס קיִעווער תּקופֿה, איר ראָמאַן מיט דוד בערגעלסאָנען אין קיִעוו, און אויך אירע יסורים שפּעטער אין ניו-יאָרק ווען זי דערוווּסט זיך וועגן זײַן טראַגישן טויט, און וועגן איר שעפֿערישסטע יאָרן בעת איר לעבן אין פֿאַרמלחמהיקער וואַרשע.
אַלע געשעענישן ווערן אויסגעשטעלט אין דער פּיעסע נישט לויטן כראָנאָלאָגישן סדר, נאָר דערשײַנען ווי אַן אויפֿפֿלאַקער פֿון מענטשלעכן זכּרון, וואָס לויט מײַן מיינונג באַרײַכערט די פּיעסע גופֿא. דער יסוד פֿון דער פּיעסע איז די מעשׂה וועגן קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס און איר מאַנס עליה.
דאָ דאַרף מען באַצייכענען די געראָטענע אַרבעט פֿונעם קינסטלער אדם קלר און דעם ליכט-קינסטלער מיכאל טשערניאַווסקין, וואָס האָבן מצליח געווען מיט די סאַמע מינימאַלסטע מיטלען צו פֿאַרוואַנדלען די בינע אין פֿאַרשיידענע געאָגראַפֿישע צענטערס פֿון ייִדיש-לעבן אין כּלערליי תּקופֿות: קיִעוו בעת דעם בירגער-קריג; די ייִדישע וואַרשע אין די 1920ער און 1930ער יאָרן; ניו-יאָרק, ווען זי איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט ייִדישע פּליטים, און מדינת-ישׂראל במשך פֿון דער צנע-תּקופֿה (די יאָרן פֿון אײַנצאַמונג). די ראָלע פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי שפּילט אַ באַרימטע ישׂראלדיקע אַטקריסע, ליאורה ריוולין.
נישט צום ערשטן מאָל באַשעפֿטיקט ”ייִדישפּיל“ באַרימטע ישׂראלדיקע אַקטיאָרן, וואָס האָבן מער אָדער ווייניקער אַ באַציִונג צו ייִדיש (געהערט דאָס לשון אין דער היים, גערעדט מיט באָבע-זיידע און אַזוי ווײַטער) און ווײַזן אַרויס אַ פֿעיִקייט און דערפֿאַרונג זיך אויסצולערנען דעם אומבאַקאַנטן טעקסט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס קאָן צוציִען אַ נײַעם עולם און שאַפֿן אַ גוטן שם פֿאַרן טעאַטער.
מיט ליאורה ריוולין איז אַ ביסל אַנדערש. זי האָט אַליין זיך אָנגעבאָטן אויף אַזאַ איניציאַטיוו צו שפּילן אויף ייִדיש לזכר איר ייִדישער היים פֿונעם אַלטן ייִשובֿ אין ירושלים, אין אָנדענק פֿון איר באָבע רבֿקהן, אַ געקומענע פֿון אײַנגעוואָרצלטע ירושלימער חרידים, און די טאַטע-מאַמע, וואָס האָבן תּמיד גערעדט צווישן זיך ייִדיש. מען קען זאָגן, אַז בסך־הכּל איז איר אויפֿגאַבע זיך אײַנגעגעבן. קודם־כּל, איז צונוץ געקומען איר טאַלאַנט פֿון פּאַראָדיע. מן־הסתּם, האָט זי זיך צוגעהערט צו קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס קול דורך די טאַשמעס, רעקאָרדירטע אין די לעצטע יאָרן פֿון איר לעבן, און האָט עס זייער גוט נאָכגעמאַכט. אויסער דעם, איז איר שילדערונג פֿון קאַדיען אַ מאָל אַ לירישע, אַ מאָל אַ שטײַפֿע, אַ מאָל אַ פֿאַרצווייפֿלטע, פּונקט ווי יעדע פּערזענלעכקייט פֿון אַזאַ באַנעם.
צום באַדויערן קען איך דאָס ניט זאָגן וועגן די אַנדערע קלאַסיקער, וואָס ווערן געשילדערט אין דער פּיעסע. די געשטאַלט פֿון דוד בערגעלסאָן איז געווען בלאַס און אָן קאָליר; באַשעוויס-זינגער זעט אויס ווי אַן אויסגעבלאָזענער, פֿאַרליבט אין זיך, און נתן אַלתרמאַן דרייט זיך תּמיד צווישן די קאַפֿע-טישלעך שיכּור ווי לוט.
און דאָס וויכטיקסטע — איז די שפּראַך. ס’איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז אין אַזאַ פֿאָרשטעלונג דאַרף מען אָפּגעבן אַ באַזונדערן אויפֿמערקדעם שפּראַך-ענין, ווײַל עס גייט אין די וויכטיקסטע געשטאַלטן פֿון אונדזער נאַציאָנאַלער קולטור. אָבער דאָס מאָל האָט די אויפֿפֿירונג באַשלאָסן זיך צו באַגיין אָן אַ שפּראַך-קאָנסולטאַנט. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל די אמתע פֿעיִקייטן פֿון די יונגע אַקטיאָרן האָט מען יאָ געקאָנט זען, ווען זיי רעציטירן באַרימטע לידער פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקין אין דער העברעיִשער איבערזעצונג. פּונקט ווי אין קאַדיעס באַרימט ליד ”עפֿנט דעם טויער“, האָט זיך אַנטפּלעקט דער טאַלאַנט פֿון די אַקטיאָרן ווען זיי זענען אין אַ קורצן מאָמענט אַריבער צו העברעיִש, און זיך באַלד פֿאַרמאַכט מיט זייער צוריקקומען צום פֿאַרקריפּלטן ייִדיש, פֿול מיט גרײַזן און לאַפּסוסן.
אין דעם פּרט וואָלט איך געוואָלט באַמערקן דאָס שפּילן פֿון רונית אשרי, אַ יונגע ישׂראלדיקע אַקטריסע, וואָס שפּילט שוין פֿיל יאָרן אין ”ייִדישפּיל“. בדרך־כּלל, ווײַזט זי זיך אַרויס מיט איר מוזיקאַלישקייט און בייגעוודיקייט, און אַ מאָל מיט אַ גראָטעסק פֿון אַ קאָמישער אַקטריסע. אין דער פּיעסע ”אין ישׂראל און צוריק“ האָט זי געשפּילט אַן ערנסטע דראַמאַטישע ראָלע פֿון פּנינה האַלפּערין — קאַדיעס לערערין אין פּעדאַגאָגישן סעמינאַר אין אָדעס, דער אַלמנה פֿון איינעם פֿון די ערשטע העברעיִשע פּעדאַגאָגן און גרינדער פֿון העברעיִשע קינדער-גאָרטנס, דעם דיכטער און שרײַבער יחיאל האַלפּערין. איר פּנינה איז אַ שטײַפֿע דאַמע, וואָס שטייט פֿעסטיק אויפֿן כּלל ”יהודי, דבר עברית!“ אָן קיין שום קאָמפּראָמיסן, און אַ מאָל גייט זי צו ווײַט אין איר גלות-אָפּווײַטערונג ווען זי זאָגט זיך אָפּ צו דערמאָנען און לערנען מיט די ישׂראלדיקע קינדער וועגן חורבן.
אָט שטייען זיי איינע אַנטקעגן דער אַנדערער, צוויי ייִדישע פֿרויען מיט אַ בשותּפֿותדיקן עבֿר אין אָדעס, אָבער דאָ אין ארץ-ישׂראל געפֿינען זיי זיך אויף קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס. קאַדיע רעדט ייִדיש, פּנינה ענטפֿערט אויף העברעיִש. אין דעם פּרט איז רונית אשרי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם גאַנצן מצבֿ אין ”ייִדישפּיל“. זי האָט גאָר פֿעיִק געשפּילט אויף איר מוטערשפּראַך און האָט אַנטדעקט איר פּראָפֿעסיאָנעלע פֿעיִקייט צו שפּילן ערנסטע דראַמאַטישע ראָלעס. איך בין זיכער, אַז ס׳רובֿ פֿון די יונגע ”ייִדישפּיל“-אַקטיאָרן געפֿינען זיך אינעם זעלבן צושטאַנד.
פֿאַר וואָס זשע איז אַזוי שווער זיך אויסצולערנען ייִדיש — דער וויכטיקסטער אַרבעט־געצײַג פֿון זייער שעפֿערישקייט און פּרנסה? לאָמיר האָפֿן, אַז ס׳וועט פֿאָרקומען אַ נס און איינער פֿון די אַקטיאָרן וועט די שורות פֿון דעם אַרטיקל טאַקע איבערלייענען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.