אַ דאָקומענט פֿון 14 זײַטן אָנגעשריבן דורכן דײַטשישן פֿאַבריקאַנט אָסקאַר שינדלער כּדי צו ראַטעווען זײַנע ייִדישע אַרבעטער, וועט באַלד ליציטירט ווערן. לויט אַ באַריכט אינעם בריטישן זשורנאַל Page 6, דערוואַרט מען אַז עמעצער וועט באַצאָלן אַרום 2.4$ מיליאָן דאָלאַר פֿאַרן אוניקאַלן היסטאָרישן דאָקומענט.
אויף איר וועבזײַט האָט די ליציטאַציע־פֿירמע Moments in Time דערקלערט, אַז דער דאָקומענט „איז דער איינציקער פֿון די שינדלער־ליסטעס וואָס מע האָט פֿאַרקויפֿט אויפֿן פֿרײַען מאַרק‟. עס זענען נאָך בנימצא דרײַ אַנדערע ליסטעס וואָס שינדלער האָט צונאויפֿגעשטעלט: צוויי געפֿינען זיך הײַנט אין „יד־ושם‟ אין ירושלים, און דער דריטער ליגט אינעם „נאַציאָנאַלן חורבן־מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן.
גאַרי צימעט, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער ליציטאַציע־פֿירמע, האָט דערקלערט Page Six, אַז די ליסטע האָט געהערט צו יצחק שטערן, דער „רעכטער האַנט‟ פֿונעם פֿאַבריקאַנט. אינעם באַקאַנטן האָליוווּדער פֿילם פֿון סטיווען שפּילבערג ווערט יצחק שטערן געשילדערט דורכן אַקטיאָר בען קינגסלי.
די רשימה נעמט אַרײַן די נעמען פֿון 801 ייִדישע מאַנצבילן וואָס מע האָט געראַטעוועט פֿונעם פּלאַשאָווער קאָנצענטראַציע־לאַגער אין קראָקע. אָסקאַר שינדלער האָט זיי געפֿירט קיין ברונליץ, טשעכאָסלאָוואַקײַ, וווּ זיי האָבן געאַרבעט אין זײַן פֿאַבריק.
צווישן די אַזוי־גערופֿענע „שינדלער ייִדן‟ געפֿינט מען דעם שרײַבער יוסף באַו; דער חסידישער זינגער דוד ווערדיגער, און דער פֿאָטאָגראַף ריטשאַרד האָראָוויטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.