שלום אַש איז גוט באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאָנטראָווערסאַלע ראָמאַנען וועגן יעזוס און זונה־הײַזער, אָבער אַ בריוו וואָס איז לעצטנס איבערגעגעבן געוואָרן דעם „פֿאָרווערטס”, גיט אָנצוהערן, אַז ער און זײַן פֿרוי מאַטילדאַ זענען אויך, אַ פּנים, געווען מענטשן מיט ווייניק רחמנות.
אינעם בריוו, דאַטירט דעם 10טן נאָוועמבער, 1945, ענטפֿערט מאַטילדאַ אַש אויף אַ בריוו פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטער, וווּ מע האָט אינפֿאָרמירט איר מאַן שלום, אַז די יתומים פֿון זײַן ייִנגערן ברודער מלך האָבן אַל־פּי־נס איבערגעלעבט דעם חורבן, און זוכן אַ היים בײַ קרובֿים אין אַמעריקע. די נעמען פֿון די צוויי זין ווערן אין בריוו נישט דערמאָנט.
מאַטילדאַ אַש רעכנט אויס אַ ריי תּירוצים, פֿאַר וואָס זי און שלום קענען בשום־אופֿן נישט נעמען מלכס קינדער צו זיך.
„מיר האָבן אימיגרירט אַהער זייער יונג און האָבן קוים געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען אַפֿילו מיט אונדזערע נאָענטסטע קרובֿים,“ שרײַבט פֿרוי אַש, און גיט צו: „מיר האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט די ערשטע נעמען פֿון מלכס קינדער.“
זי איז יאָ מודה אַז איר מאַן האָט זיך מסתּמא געטראָפֿן מיט די קינדער בעת אַ באַזוך אין לאָדזש, וווּ מלך האָט געוווינט ס’רובֿ יאָרן און געאַרבעט אין דער משפּחהס שחיטה־געשעפֿט, „אָבער ער געדענקט זיי נישט זייער גוט“.
ווײַטער באַשרײַבט זי שלומס שוואַכן געזונט־מצב צו 65 יאָר: „ער איז לעצטנס זייער מיד, האָט אַ הויכן בלוטדרוק, און די דאָקטוירים האָבן אים געהייסן זיך אָפּרוען,“ און אין יעדן פֿאַל זענען מלכס קינדער „בלויז אַ קליינער־שבקליינער טייל פֿון דער גאַנצער משפּחה, ווײַל דער טאַטע האָט מיט זײַן צווייטער פֿרוי געהאַט נײַן קינדער.“
פֿרוי אַש שרײַבט אַז זי האָט יאָ צוגעשיקט אַ פּאַקעט עסן: „איך שיק אַ סך קרובֿים אַזעלכע פּאַקעטן“. קליידער קען זי נישט שיקן ווײַל זיי וווינען צו ווײַט פֿון דער שטאָט, און בכלל, באַקלאָגט זי זיך, טאָר זי זיך איצטער נישט אָנשטרענגען, ווײַל באַלד וועלן זיי זיך סײַ־ווי־סײַ אַריבערקלײַבן אויף דרום אין אַ בעסערן קלימאַט. אפֿשר, נאָכן באַזעצן זיך אין דרום, וועט זי קומען צו זיך און וועט מסוגל זײַן זיי צוצושיקן אויך קליידער.
בײַם סוף אַנטשולדיקט זיך פֿרוי אַש, אַז זיי טוען נישט מער לטובֿת די דאָזיקע קרובֿים און שליסט דעם בריוו מיט די ווערטער: „איך פֿאַרזיכער אײַך אַז מיר וואָלטן געטאָן אַלץ מעגלעכס ווען מיר וואָלטן געקאָנט. מיר זענען שוואַך, אַלט און מיד, און מײַן אַש אַרבעט נעבעך זייער שווער.“
שטעלט זיך די פֿראַגע: צי איז מעגלעך אַז דער ייִדישער שרײַבער, זיצנדיק אין דער באַקוועמער אַמעריקע, האָט דורך אַ שלל נישט־אַזוי־איבערצײַגיקע תּירוצים, אָפּגעזאָגט זײַנע לײַבלעכע יונגע קרובֿים, וואָס האָבן ערשט געהאַט איבערגעלעבט דעם נאַצישן גיהנום?
דער בריוו איז לעצטנס אַנטדעקט געוואָרן דורך אַ ייִדישן אײַנוווינער פֿון וואַקאַבוק, ניו־יאָרק, מײַקל סטילמאַן, בעת ער האָט אויסגעסדרט די אַלטע זאַכן פֿון זײַן פֿאַרשטאָרבענעם טאַטן, אַהרון סטילמאַן.
בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס“, האָט מײַקל סטילמאַן דערציילט, אַז זײַן טאַטע אַהרון האָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, און זיך באַטייליקט אין דער באַפֿרײַונג פֿון דאַכאַו. צוליב זײַן קענטעניש פֿון ייִדיש, האָט ער נאָך דער מלחמה געאַרבעט ווי אַ פֿאַרבינדונג־מענטש צווישן דער שארית־הפּליטה און זייערע קרובֿים אין אַמעריקע, כּדי צו העלפֿן זיי זיך אײַנאָרדענען דאָ אין לאַנד.
„דער אינהאַלט פֿון דעם בריוו האָט מיך נישט געלאָזט רוען,“ האָט מײַקל סטילמאַן באַמערקט, און באַצייכנט דעם אָפּרוף פֿון שלום און מאַטילדאַ אַש ווי „אוממענטשלעך און אָן רחמנות“.
שלום אַשס אוראייניקל, דער BBC-זשורנאַליסט דוד מאַזאָווער, האָט אָבער געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס“, אַז מע זאָל נישט צו גיך מישפּטן דעם אויפֿפֿיר פֿון שלום און מאַטילדאַ אַש. „זיכער מאַכט עס נישט קיין גוטן רושם, אָבער איך וואָלט געעצהט קעגן מאַכן אַ צו גיכן אויספֿיר,“ האָט מאַזאָווער געזאָגט. „ס’איז זייער מעגלעך אַז שלום און מאַטילדאַ האָבן געהאַט אַ מינימאַלן קאָנטאַקט מיט מלכן און זײַן משפּחה זינט זייערע קינדער־יאָרן אין קוטנע, און אַז זיי האָבן טאַקע נישט געוווּסט די נעמען פֿון די קינדער ביז 1945.“
מאַזאָווער האָט געזאָגט, אַז מלכס ווײַב שיפֿרה און זייערע פֿיר טעכטער זענען אַלע אומגעקומען אין אוישוויץ. ער האָט נאָר איין פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון שלום מיט מלכן, וואָס מע האָט געהאַט אַראָפּגענומען אין פּוילן, אין די מיטן־1930ער יאָרן. מאַזאָווער איז אַליין געווען אין קאָנטאַקט מיט איינעם פֿון מלכס זין אין באָסטאָן, פּאָל אַש, וועלכער איז אויך געווען צווישן דער שארית־הפּליטה. פּאָל האָט דערציילט אַז ער איז געקומען אין אַמעריקע אין יאַנואַר 1948, און אַז שלום האָט אים יאָ צוגעשיקט די פּאַפּירן.
„פּאָל האָט תּמיד אויסגעזען שטאָלץ מיט זײַן פֿעטער, און קיינמאָל נישט דערמאָנט קיין פֿאַראיבל וואָס ער טראָגט קעגן אים,“ האָט מאַזאָווער געזאָגט. „אַן אַנדער ברודער איז אויך געקומען אין אַמעריקע נאָך דער מלחמה.“
מאַזאָווער האָט צוגעגעבן, אַז שלום אַש האָט פֿינאַנציעל שוין אונטערגעשטיצט אַ היפּש ביסל קרובֿים, אַרײַנגערעכנט זײַנע דרײַ דערוואַקסענע קינדער, און מאַזאָווערס אייגענע מאַמע נאָך דעם ווי זי איז געבראַכט געוואָרן קיין אַמעריקע אין 1940 און האָט געוווינט מיט אירע באָבע־זיידע. שלום אַש האָט אויך פֿאַרלוירן פֿאַרדינסט־קוואַלן אין פּוילן און דײַטשלאַנד מחמת דער מלחמה. „שלום און מאַטילדאַ אַשס געזונט־מצבֿ איז טאַקע נישט געווען אַזוי אײַ־אײַ־אײַ אין יענע יאָרן; דערצו, האָט אייב קאַהאַנס קאַמפּאַניע קעגן אים, צוליב דער קריסטלעכער טרילאָגיע, אויך נישט געהאָלפֿן.“
אין 1939 האָט קאַהאַן, דער שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס“, אָרקעסטרירט אַ 2־יאָריקע קאַמפּאַניע קעגן דעם שרײַבער, פֿאַר זײַן קאָנטראָווערסאַלן ראָמאַן „דער מאַן פֿון נצרת“ וועגן דעם לעבן און לערע פֿון יעזוס.
בקיצור, וואָס קען מען זאָגן? אַ זאַך וואָס זעט לכתּחילה אויס ווי אַ שטיקל סקאַנדאַל, מוז אינעם לעצטן סך־הכּל באַטראַכט ווערן דורך די אויגן פֿון יענער תּקופֿה. מע קען, למשל, טענהן, אַז די מדינה אַליין וואָלט געדאַרפֿט טאָן מער לטובֿת די ניצול־געוואָרענע, און נישט אַרויפֿלייגן אַלץ אויף די אַקסלען פֿון עלטערע קרובֿים אין אַמעריקע.
און דאָך, ווילט זיך פֿאָרט פֿרעגט, צי איז דאָס טאַקע אַ תּירוץ־מספּיק?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.